מכתב יומי

י ניסן תשע"ח

March 26 2018

  בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני-א, י' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויסצורוימען אלע אונזערע חמץ; סיי די גשמיות'דיגע חמץ און סיי די רוחניות'דיגע חמץ - דאס מיינט מען דעם יצר הרע וואס ווערט אנגערופן 'חמץ', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז): "רַבִּי אַלֶּכְּסַנְדְּרִי, בָּתַר דִּמְצַלֵּי אָמַר הָכִי. רִבּוֹן הָעוֹלָמִים, גָּלוּי וְיָדוּעַ לְפָנֶיךָ שֶׁרְצוֹנֵנוּ לַעֲשׂוֹת רְצוֹנֶךָ, וּמִי מְעַכֵּב? שְׂאוֹר שֶׁבָּעִיסָה וְשִׁעְבּוּד מַלְכִיּוֹת. יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ שֶׁתַּצִּילֵנוּ מִיָּדָם, וְנָשׁוּב לַעֲשׂוֹת חֻקֵּי רְצוֹנָךְ בְּלֵבָב שָׁלֵם", רבי אלכסנדרי פלעגט בעטן דעם אייבערשטן נאך שמונה עשרה אז מיר זאלן ווערן אפגעהיטן פון דעם יצר הרע וואס ווערט אנגערופן "שְׂאוֹר שֶׁבָּעִיסָה"; דאס הייסט אז מיר זאלן האבן ריינע מחשבות און מיר זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה): "וְתַעֲשֶֹה מֵאוֹתִיּוֹת חָמֵץ מַצָּה, הַיְנוּ שֶׁלֹּא תַּחְמִיץ חָכְמָתְךָ", חמץ און מצה האבן די זעלבע אותיות, ביידע האבן א מ' און א צ', דער גאנצער חילוק איז פון דעם אות חי"ת און דעם אות ה' וואס מאכט אינגאנצן אויס א קליינע פינטעלע, ווייל אז מען לייגט צי א קליינע פינטעלע צום אות ה' ווערט א חי"ת; זאגט דער רבי אז מען דארף אכטונג געבן פון שלעכטע מחשבות אפילו במשהו.


יעצט ווען מיר רוימען אויס דעם חמץ, זע אויסצורוימען אלע סארט כלי משחית וואס מען קען זען אויף דעם שמוץ רחמנא לצלן; וויסן זאלסטו אז ווער עס איז אריין געכאפט אין דעם ווערט נעבעך אינגאנצן אויסגעריסן ביים סוף. דער יצר הרע שטעלט א זיסע פנים אזוי ווי מען שטעלט אראפ סם פאר מייז; מען לייגט ארויף אויף דעם זיסע זאכן און די מייז לעקן דאס אפ מיט גרויס אפעטיט, אבער נאכדעם ווערן זיי פאר'סמ'ט. וועגן דעם האט אונז דער תורה אנגעווארנט (ויקרא ב, יא): "כִּי כָל שְׂאֹר וְכָל דְּבַשׁ לֹא תַקְטִירוּ מִמֶּנּוּ אִשֶּׁה לה'", זאגט דער בעל הטורים אויפן פלאץ: "וּמִטַּעַם זֶה גַם כֵּן הִזְהִיר עַל הַדְּבַשׁ שֶׁיֵּצֶר הָרָע מָתוֹק לְאָדָם כִּדְבַשׁ", דער יצר הרע מאכט זיך פארן מענטש זיס ווי האניג, אבער באמת איז ער ביטער און ווער עס בייסט אריין אין אים ווערט זויער.


וואס זאל איך דיר זאגן, די אלע וואס זענען אויבער חכמים זיי פארשטייען אז מען קען האבן אין שטוב א קאמפיוטער, סמארטפאון וכו' וכו', די אלע באצאלן נאכדעם זייער טייער. די כלים האבן שוין חרוב געמאכט זייער אסאך שטובער; איך בעט דיר זייער שטארק, ווארף אוועק אלע סארט כלים וואס מען קען זען אויף דעם שמוץ.


יעצט איז די צייט זיך ריין צו מאכן פון די אלע שמוץ, און מען דארף זייער אכטונג געבן מען זאל נישט האבן קיין שום מגע ומשא מיט דעם, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה י, ב): "הָעַיִן רוֹאָה וְהַלֵּב חוֹמֵד וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", אלעס הייבט זיך אן מיט די אויגן; אז מען פארשמירט זיך די אויגן פארלירט מען אלעס, ביז מען ווערט אויסגעריסן פון דער וועלט.


אויך זאלסטו וויסן אז דאס וואס מען האט מתיר געווען פאר א פרוי צו טראגן א שייטל וכו', דאס איז נאר אן איידעלע שייטל וכו'. דאס לענגסטע וואס א שייטל מעג זיין איז מערסטנס ביז די אקסל וכו' אבער לענגער פונעם אקסל איז פריצות. מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט גיין מיט א שייטל לענגער פון די אקסל, און עס איז א חרפה און און א בושה פאר א אידישע טאכטער צו גיין מיט א לאנגע שייטל, מען זעט אויס ווי א ש"ד מיט לאנגע האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אויסרוימען אונזער חמץ פון אונזער שטוב, מיר זאלן זוכה זיין צו גיין בצניעות, און מיר זאלן אריין ברענגען אין אונזערע טעכטער דאס שיינקייט פון צניעות, נישט זוכן נאכצומאכן ווי אזוי די גוים גייען אנגעטון. דאן וועלן מיר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט רוען ביי אונז אין שטוב.