מכתב יומי

י ניסן תשע"ט

April 15 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זאלסט נישט צוריק ענטפערן ווען מען פארשעמט דיר, מיט דעם וועסטו אלעס פאררעכטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ - דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; געלויבט דעם ארייבערשטן אז דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מיר קענען אלעס פאררעכטן אן דעם וואס מיר זאלן דארפן פאסטן און טון שווערע עבודות. דו דארפסט זיך פרייען ווען עס קומט דיר אונטער א בזיון, אזוי וועסטו נישט דארפן פאסטן אויף דיינע נישט גוטע מעשים.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע טשרנאבלער זכותו יגן עלינו איז אמאל געווען אין ברסלב האט ער ביים געזעגענען דעם עולם גערעדט צו אלע וואס זענען געקומען אים באגלייטן פון דאס גרויסקייט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִין וְאֵינָם עוֹלְבִים שׁוֹמְעִים חֶרְפָּתָם וְאֵינָם מְשִׁיבִים", די וואס מען פארשעמט זיי און זיי ענטפערן נישט צוריק, אז אויף זיי איז געזאגט געווארן דעם פסוק (שופטים ה, לא): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ", האט ער געפרעגט: "וואס זאל איך טון אז וואו איך גיי געבט מען מיר כבוד? אלע זענען מיר מכבד און קיינער פארשעמט מיר נישט, ווי קען איך זוכה זיין צו זיין פון די ליבהאבער פונעם אייבערשטן?" – און ער האט ממשיך געווען: "מען דארף זיך איינקויפן ביי די וואס מען איז זיי מבזה און זיי שווייגן, מען זאל האבן א חלק מיט זיי", האט ער אויסגעפירט: "דא אין שטאט וואוינט א איד וואס די גאנצע וועלט רודפ'ט אים, אלע שפעטן פון אים און ער שווייגט אפ אויף אלע בזיונות, איך וויל האבן א חלק אין זיינע זכותים", און ער האט געגעבן א רובל מען זאל אים קויפן דעם ספר 'ליקוטי תפילות' וואס רבי נתן האט געשריבן, דאס איז געווען צוואציג מאל די פרייז פונעם ספר, ווייל מיט א רובל האט מען געקענט דעמאלט קויפן צוואנציג ספרים.


גלייך איז א איד מיטן נאמען רבי שלמה ראובן זלאטעס געלאפן און געברענגט פאר'ן צדיק דעם ספר ליקוטי תפילות און ער האט זיך זייער געפריידט מיט דעם און געזאגט: "מיט דעם קויף איך זיך איין אין דעם איד וואס אלע רודפ'ן אים".


בעט איך דיר זייער דו זאלסט נישט ענטפערן ווען איינער זאגט דיר א ווארט; פארקערט, נעם דאס אן בשמחה פאר כפרת עוונות וועסטו זוכה זיין צו זיין פון די ליבהאבערס פונעם אייבערשטן.


פארגעס נישט צו בודק חמץ זיין דיין שאפע אין בית המדרש; אסאך מאך האלט מען דארט חמץ וכדומה, דארפסטו דאס בודק זיין פאר פסח. מען קען שוין בודק חמץ זיין פאר בדיקת חמץ, מען דארף נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט. אויך דארף מען בודק חמץ זיין די קאר; עס איז נישט גענוג אז מען מאכט עס ריין, מען דארף דאס באזונדער בודק חמץ זיין, אויפזוכן אין אלע לעדלעך צי מען האט דארט חמץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.


היינט האבן מיר מסיים געווען תוספתא סדר זרעים, און בכלל יעדע פאר טעג מאכט מען נאך א סיום; דעם דאנערשטאג זענען מיר מסיים מסכת חולין פון תלמוד בבלי. עס לאזט זיך נישט גלייבן צו וואס פאר א דרגא דער רבי ברענגט אונז; אז מיר פשוט'ע מענטשן זאלן שפאצירן אין כל התורה כולה.


ווער עס פאלגט דעם רבי'ן און לאזט זיך נישט נארן איז זוכה ביז א קורצע צייט צו מסיים זיין די גאנצע תורה; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פאר'ן מענטש דורך צו לערנען יעדע ספר וואס איז דא כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים, שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְדִינוֹת וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט, אז זיי געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלץ נאר כדי זיי זאלן זיך קענען בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, "כְּמוֹ שֶׁדֶּרֶךְ הַשָּׂרִים לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר: 'הָיִיתִי בְּוַרְשָׁא' וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס 'איך בין געווען אין ווארשא' און נאך, "כְּמוֹ כֵן רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְּהַיְנוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים כַּנַּ"ל", דאס זעלבע דארף א מענטש לערנען אלע ספרים כדי ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט: 'איך האב אלעס געלערנט, איך בין געווען איבעראל'; "וּלֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶּׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויף יענע וועלט דערמאנט מען אים אלעס וואס ער האט געלערנט אויף די וועלט.


מוהרא"ש פלעגט זיך פירן צו לערנען און מסיים זיין יעדן ערב פסח 'מסכת תמיד'; עס איז א קליינע מסכתא פון זיבן בלאט וואס נעמט נישט לאנג אנצוהייבן און צו ענדיגן. איך פיר זיך אויך אזוי אלע יארן, אזוי ווי איך בין א בכור הייב איך אן די מסכתא גלייך אינדערפרי און איך ענדיג דאס. איך האב שוין כמה פעמים פארגעלערנט די מסכתא פאר תלמידים, איך האב גענומען מיינע תלמידים יארן צוריק קוקן סליידס ווי אזוי עס זעט אויס דער בית המקדש און עס שטייט מיר נאך פון די אויגן די גאנצע מסכתא; זאלסטו אויך נעמען די מסכתא און דאס מסיים זיין אויף ערב פסח.


בנוסף לזה איז גוט דורך צו גיין מסכת פסחים לכבוד יום טוב, און דעם צווייטן טאג פסח (דעם ערשטן טאג חול המועד אין ארץ ישראל) אנהייבן לערנען מסכת סוטה און מסכת שבועות - יעדן טאג א בלאט ביז דעם יום טוב שבועות.


היכל הקודש באשטייט פון צוויי זאכן: 'סדר דרך הלימוד' און 'הפצה'; זע צו זיין א חלק אין די הייליגע חבורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.