מכתב יומי
יא ניסן תשפ"א
March 24 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זע אז די הכנות צום יום טוב זאלן צוגיין מיט שמחה; עס האט נישט קיין טעם ווען עס גייט צו מיט עצבות און מרה שחורה, שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.
דער הייליגער אריז"ל זאגט (הובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ מוּבְטָח שֶׁלֹא יֶחֱטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אלע פרעגן, וואס איז פשט אז מען פאלט יא אראפ אין עבירות? מען ווייסט נישט וואס צו טון מיט די ווערטער פונעם הייליגן אריז"ל. מוהרא"ש האט אונז אלע יארן געזאגט פשט אין דעם אריז"ל, דער אריז"ל זאגט אז ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח און ער פריידט זיך מיט דעם, ער האט חיות פון דעם אז ער עסט נישט קיין חמץ - וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות, די שמחה פון די מצוה וועט אים היטן.
דעריבער בעט איך דיר, שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר עס זאל מיר גארנישט אנגיין; העלף מיר איך זאל זיין פרייליך אפילו עס ארבעט זיך נישט אויס מיינע פלענער. אנא ה', העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן קיין איין רגע פון דיר, איך זאל געדענקען אז קיינער קען גארנישט מאכן, גארנישט טון - נאר דו אליינס מאכסט אלעס".
מארגן נאכט איז ליל בדיקת חמץ, מען איז בודק חמץ אזוי ווי אלע יארן; נאכן בודק זיין זאגט מען כל חמירא, מען איז מבטל די חמץ וואס מען ווייסט נישט וואו זיי זענען.
מארגן איז תענית בכורים; אויב דו ביסט א בכור אדער דו האסט א זון א בכור, א קטן - זאלסטו מארגן אינדערפרי מסיים זיין א מסכתא. מוהרא"ש פלעגט זיך פירן צו ענדיגן יעדעס יאר ערב פסח אינדערפרי גלייך נאכן דאווענען מסכת תמיד, א מסכתא פון זיבן בלאט.
פרייטאג אינדערפרי פארברענט מען די חמץ אזוי ווי אלע יארן; איין חילוק איז דא, מען זאגט נישט כל חמירא ביז שבת אינדערפרי.
די יאר קען מען זיך אפשערן א גאנץ ערב שבת, אפילו נאך חצות.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו עסן פונעם קרבן פסח נאך די יאר מיט משיח צדקינו.