מכתב יומי

יד סיון תשפ"א

May 25 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיט שמחה וועסטו ארויסגיין פון אלע דיינע פראבלעמען; אלע דיינע ווייטאגן און איבערגייעכצער וואס דו גייסט אריבער איז נאר ווייל דו ביסט נישט פרייליך, אז דו וועסט זיין פרייליך וועסטו זען ווי דו גייסט ארויס פון אלע שוועריקייטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", דורך שמחה גייט מען ארויס פון אלע פראבלעמען (עיין לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י).


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין טרויעריג און דעפרעסט, ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און ווייל מען איז נישט פרייליך.


וועסטו מיר פרעגן: "ווי אזוי קען איך זיין פרייליך ווען עס גייט אריבער אויף מיר אזא שווערע צייט, רחמנא לצלן?" זאלסטו וויסן און געדענקען אז דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות", אז א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז געוואוינט צו רעדן, ער זאל אלעס דערציילן פאר'ן אייבערשטן בפרטי פרטיות; ווען א מענטש געוואוינט זיך צו זיך אויס צו רעדן זיין הארץ צום אייבערשטן ווערט ער פרייליך.


מיין נישט אז נאר דו גייסט אריבער א שווערע צייט וכו' וכו', יעדן מענטש פרובירט מען אויס מיט שוועריקייטן; מענטשן עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט פון כל מיני פראבלעמען וואס ליגט זיי אויפ'ן הארץ, דאס מאכט מען זאל ווערן דעפרעסט, אבער אויב מען נעמט עס ארויס פון זיך, מען דערציילט דאס פאר'ן אייבערשטן, ווערט מען פרייליך און רואיג.


דעריבער טייערער ליבער הארציגער ברודער ... נרו יאיר, גיי אין א פלאץ וואו עס איז ליידיג פון מענטשן, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ פאר'ן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס דו גייסט אריבער, שמועס מיט אים אזוי ווי דו שמועסט מיט א חבר. דערצייל אים אויס אלעס, שעם זיך נישט אים צו דערציילן ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ אין עבירות רחמנא לצלן, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבער דרייען לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.