מכתב יומי

י שבט תשע"ט

January 16 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאס וואס דו ביסט אזוי מבולבל וכו' איז ווייל דו רעדסט נישט צום אייבערשטן. עס שטייט אין פסוק (שמות יד, ג): "נְבֻכִים הֵם בָּאָרֶץ" – מען איז פארבלאנדזשעט, ווייל "סָגַר עֲלֵיהֶם הַמִּדְבָּר" – דער 'מְדַבֵּר', דער מויל איז פארמאכט; דאס איז די סיבה פארוואס דו בלאנדזשעסט. הייב אן רעדן צום אייבערשטן וועט דיר גוט ווערן.


לאז דיר אפ פון מענטשן, דו וועסט נאר ווערן אנטוישט און דערביטערט. דער נביא זאגט (ירמיהו יז, ה): "אָרוּר הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בָּאָדָם, וְשָׂם בָּשָׂר זְרֹעוֹ", פארשאלטן זאל זיין דער וואס פארלאזט זיך אויף א מענטש, "וּמִן ה' יָסוּר לִבּוֹ", און פונעם אייבערשטן קערט ער זיך אפ. "וְהָיָה כְּעַרְעָר בָּעֲרָבָה", ער וועט זיין צוגעגליכן צו אן איינצעלנעם בוים אין מדבר, "וְלֹא יִרְאֶה כִּי יָבוֹא טוֹב", און ער וועט נישט זען דאס גוטס. ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן האט מען גארנישט, מען טרעפט זיך נאכדעם איינער אליינס. "בָּרוּךְ הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה'", וואויל איז דעם מענטש וואס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, "וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ", וועט אים דער אייבערשטער העלפן.


פרוביר מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; זוך אויף גוטע נקודות אין דיר אליינס און זיי זיך מחי' דערמיט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קעז): "רָאוּי לָכֶם לִשְׂמֹחַ בִּי, מַה שֶּׁזְּכִיתֶם שֶׁיִּהְיֶה לָכֶם רַבִּי כָּזֶה", איר דארפט זיך זייער פרייען אז איך בין ענקער רבי; ווי וואלטן מיר געווען אן דעם רבי'ן? ווי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן? מיט דעם אליינס אז מיר האבן אזא רבי דארפן מיר זיך זייער פרייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.