מכתב יומי

י שבט תשפ

February 05 2020

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז: פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


אנטלויף פון די וואס לערנען פרישות און חומרות וכו', חומרות נעמט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן. מיר האבן א שלחן ערוך; נעם דיר דעם שלחן ערוך פאר דיין וועג ווייזער און ריר דיך נישט אוועק דערפון - נישט אראפ צו נעמען און נישט צוצולייגן, וועט דיר אייביג גוט זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


פרעג דיין ווייב צי זי וויל האבן א חלק אין די יארצייט סעודה מיט'ן מאכן א קוגל, פערפל, דיפס וכדומה; עס וועט פארקומען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומענדיגע וואך דינסטאג נאכט פרשת יתרו, י"ז שבט, אין ישיבה.


אויב זי וויל מאכן עפעס פאר די סעודה זיי מיר מודיע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.