מכתב יומי
יא תמוז תשע"ט
July 14 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
היינט האב איך זוכה געווען מכניס צו זיין בבריתו של אברהם אבינו מיין זון מנחם נרו יאיר; מה אשיב לה' כל תגמילוהי עלי.
ביים ברית האב איך אסאך געבעטן פאר דיר וכו'.
איך בין זייער אפגעמאטערט נאכדעם וואס איך בין אריין געפארן פארטאגס אין שטאט צו מיין זיידע הרב מקארלסבורג שליט"א צום ברית און ממש יעצט בין איך צוריק געקומען אין קעמפ, דארף איך מקצר זיין. איך וועל דיר נאך אם ירצה ה' שרייבן מער באריכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.