מכתב יומי

יא תמוז תשפ

July 03 2020

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חקת-בלק, י"א תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך דערהאלטן, זאלסט נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; ווען מען אנערקענט אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין זאך וואס זאל זיך פירן אן אים, נאר אלעס איז ער, אלעס פירט ער - דעמאלט איז דער לעבן זייער זיס. ווי נאר מען נעמט ארויס די אמונה, מען מיינט אז עס איז דא טבע, מקרה און מזל - דעמאלט איז דער לעבן זייער שווער.


בעט איבער דיין ווייב; זאג איר אז דו וועסט שוין אכטונג געבן, דו וועסט שוין זיין געטריי צו איר.


טו אלעס אויף די וועלט אז דיין ווייב זאל זיין צופרידן; שלום בית איז נישט קיין קינדער שפיל, אויב מען טשעפעט, מען טוט וויי די ווייב קען מען נאכדעם באצאלן א טייערע פרייז ווען זי וועט אוועקגיין און מען וועט זיך דערזען איינער אליינס.


א פרייליכן שבת.