מכתב יומי

יא תשרי תשע"ח

October 01 2017

בעזהשי"ת


יום א' פרשת וזאת הברכה-ב, י"א תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סו): "וְזֶה שֶׁקּוֹרִין הָעוֹלָם אֶת מָחֳרַת יוֹם הַכִּפּוּרִים 'שֵׁם ה'', כִּי אַחַר יוֹם הַכִּפּוּרִים אָז נִתְגַּלָּה בְּחִינַת שֵׁם ה', א טאג נאך יום כיפור רופט מען "גאט'ס נאמען", ווייל דער אייבערשטער האט אונז מוחל געווען אלע אונזערע עבירות, און אז מען האט נישט קיין עבירות דעמאלט ווערט נתגלה דעם אייבערשטנס נאמען, ווייל מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן.


ר' נתן זאגט אז די פיר טעג צווישן יום כפורים און סוכות איז קעגן דעם אייבערשטנ'ס נאמען - יעדן טאג קעגן אן אנדערע אות פונעם שם הוי"ה ברוך הוא, דערפאר קען מען אין די טעג זיך מדבק זיין צום אייבערשטן דורך די אלע מצות מיט וואס מען איז באשעפטיגט.


יעצט ווען מיר זענען פארנומען מיט די הכנות צום יום טוב סוכות, מען איז פארנומען מיט בויען די סוכה און קויפן ד' מינים וכו' וכו', זע נישט צו פארגעסן צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, בפרט א דף גמרא, וואס א דף גמרא פארברענט אלע קליפות, עס העלפט אז מען זאל זיך קענען דערהאלטן מיט אלע שווערע נסיונות אין די היינטיגע טעג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן: "בָּנַי, בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע בָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", מיינע קינדער, איך האב באשאפן דעם יצר הרע, אבער איך האב באשאפן די הייליגע תורה וואס איז א מעדעצין קעגן אים, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה, אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט עטץ תורה וועט איר נישט זיין אונטער אים, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", און אויב לערנט איר נישט קיין תורה וועט איר זיין אונטער אים; דאס איז די עצה קעגן אלע שווערע נסיונות וואס מיר האבן אין אונזערע טעג.


בפרט אז מען איז זוכה צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג, דאס פארברענט אלע קליפות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ "לִילִית", עַל־כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית, און דאס ראטעוועט דעם מענטש נישט אראפצופאלן אין די עקלדיגע עבירה; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דארף נאר לערנען – זאגן די ווערטער, 'וּמִמֵּילָא יָבִין' און מען וועט שוין סיי ווי פארשטיין; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה אז דער קאפ עפענט זיך אויף, און במשך הזמן הייבט מען אן צו פארשטיין. איך האב דאס געזען ביי אסאך בחורים און אינגעלייט וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות.


פאר מען הייבט אן לערנען אויפן "דרך הלימוד" פונעם רבי'ן, זוכט מען ראיות, מען וויל מאכן זיכער אז עס הייסט געלערנט, אבער איין מאל מען לערנט שוין אויפן "סדר דרך הלימוד" דארף מען שוין נישט קיין שום ראיות צי עס הייסט געלערנט צי נישט, מען קוקט זיך אליין אן און מען זאגט: "א ראיה בין איך!" בבחינת "א מופת בין איך" אזוי ווי ר' נחמן טולטשינער האט געזאגט אויף זיך; מען פלעגט בעטן ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה ער זאל פארציילן א מופת פון ר' נתן, פלעגט ער זאגן: "איר דארפט א מופת? א מופת בין איך", אז פון "נחמן וואסער טרעגער" איז געווארן "ר' נחמן טולטשינער"! ווייל ער האט אמאל געהערט ווי ר' נתן זאגט תורה, און אינמיטן די תורה האט ר' נתן געזאגט די ווערטער: "די וועלט איז נישט, און מען קען זי נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא, און מען קען עס באקומען"; די ווערטער איז אים אריין אין קאפ און ער האט אנגעפאנגען זיך צו דרייען ביי ר' נתן, ר' נתן האט געזען אז דער  בחור'ל - נחמן, האט אין זיך אסאך תמימות האט ער אים מקרב געווען און אים געזאגט ווי אזוי ער זאל לערנען וכו', ביז ער איז געווארן ר' נחמן טולטשינער ז"ל, פלעגט ער זאגן ווען מען האט אים געבעטן ער זאל פארציילן פון זיין רבי'ן ר' נתן מופתים, "א מופת בין איך" אז פון "נחמן וואסער טרעגער" איז געווארן "ר' נחמן טולטשינער".


דאס זעלבע איז ווען א מענטש הייבט אן צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן און ער נעמט א משניות און הייבט אן זאגן א פרק נאך א פרק, ער ענדיגט איין מאל משניות און נאכאמאל משניות, ער נעמט א גמרא און הייבט אן לערנען בלעטער גמרא אפילו אן פארשטיין, דער מענטש דארף שוין נישט קיין ראיות צי עס איז יא געלערנט צי נישט, דעם מענטש גייט שוין נישט אן וואס דער זאגט וואס יענער זאגט, וואס דער רבי האלט און וואס דער מפורסם זאגט, ער שרייט: "א ראי' בין איך"! "א מופת בין איך"! פון מיר - וואס איך האב נישט געלערנט און אפילו נישט געוואוסט די נעמען פון די מסכתות איז געווארן א ר'...! איך לערן ברוך השם, און איך פארפעל נישט קיין איין טאג פון מיינע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.