מכתב יומי

יא תשרי תשפ"ג

October 06 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, [גאט'ס נאמען], שנת תשפ"ג לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


זאלסט האבן א זיס יאר און אלעס גוטס אויסגעבעטן.


מיר האבן געהאט א הערליכע יום טוב, עס איז געווען א מחי' צו דאווענען מיט אנשי שלומינו. בשעת דער בעל תפילה דאווענט הערט זיך נישט אויף צו שאקלען די ליפן פון אלעמען; דער רבי האט אריינגעברענגט די זאך פון תפילה והתבודדות אין אונז, מיר נוצן אויס די הייליגע טעג מיט תפילה והתבודדות.


אויך ביי הפסקה איז זייער שיין צו זען ווי יעדער איינער איז פארנומען מיט זיינע שיעורים כסדרן; עס איז א פארגענוגן צו זיין מיט אנשי שלומינו.


ביי די כל נדרי דרשה האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון לעבן מיט'ן אייבערשטן, איך וועל דיר שרייבן אין קורצן. עס שטייט אין פסוק (ויקרא טז, ל): "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", לכאורה, וואס איז די טאפלטע לשון? האסט שוין געזאגט 'לְטַהֵר' אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם, וואס זאגסטו נאכאמאל לִפְנֵי ה' 'תִּטְהָרוּ'?! נאר מען קען דאס פארשטיין מיט די הקדמה וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה וועט דער אייבערשטער דיך מטהר זיין פון אלע דיינע עבירות; אפילו איינער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן אין בלאטע, ער איז פול מיט חטאים, אויב ער גלייבט אינעם אייבערשטן, ער קומט צום אייבערשטן און זאגט: "טאטע איך שטיי דא פאר דיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל נישט זינדיגן, איך וויל זיין א צדיק; וואס זאל איך טון, דער יצר הרע האט מיך געבינדן מיט קייטן און צוגענומען מיין בחירה, איך פאל אין עבירות" - איז דער אייבערשטער אים מוחל; דאס זאגט דער פסוק: "לִפְנֵי ה'" - אז דו שטייסט פאר'ן אייבערשטן, "תִּטְהָרוּ" - ווערסטו ריין.


מיר האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון לעבן מיט התבודדות, איך האף מען וועט דאס אראפשרייבן באריכות יעדעס ווארט; איך מוז לויפן אנגרייטן דעם יום טוב.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכער שיעור; מיר וועלן רעדן פון דאס גרויסקייט פון יום טוב סוכות אויף לעובדא ולמעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.