מכתב יומי

יד אב תשע"ח

July 26 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע זאך וואס מען וויל פועל'ן מיט תפילה האט א סכום וויפיל תפילה עס פאדערט זיך אויף דעם. אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו אז ער האט געבעטן פונעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין אריין צו גיין קיין ארץ ישראל, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (דברים רבה יא, י) אז ער האט געבעטן פינף הונדערט און פיפצן תפילות, אזוי פיל וויפיל דאס ווארט 'ואתחנן' באטרעפט, און ווען ער וואלט געבעטן נאך איין תפילה וואלט ער זוכה געווען אריין צו גיין קיין ארץ ישראל, אבער דער אייבערשטער האט אים געזאגט (דברים ג, כו): "רַב לָךְ, אַל תּוֹסֶף דַּבֵּר אֵלַי עוֹד בַּדָּבָר הַזֶּה", בעט נישט מער אויף דעם.


אסאך מאל הערט מען אויף מתפלל זיין ווען מען זעט נישט ווי עס העלפט, דארף מען וויסן אז באמת ווערט יעדע תפילה אוועקגעלייגט ביים אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ב): "וְיֵשׁ מֵעַמֵּנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל שֶׁטּוֹעִים חַס וְשָׁלוֹם בְּלִבָּם, שֶׁכָּל הַתְּפִילּוֹת הֵם לָרִיק", עס זענען דא מענטשן וואס זענען זיך טועה, זיי מיינען אז אלע תפילות וואס מען בעט גייט צו די לופט, "אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵינוֹ כֵּן, אֶלָּא סַלְקִינָן וַאֲפִינָן וּבַשְׁלִינָן, הַיְנוּ כָּל הַתְּפִילּוֹת סַלְקִינָן וְעוֹלִין", אבער עס איז נישט אזוי, אלע תפילות גייען ארויף אויבן צום אייבערשטן, נאר יעדע זאך האט א פרייז וויפיל תפילות מען דארף מאכן פאר דעם ביז מען איז זוכה צו די ישועה.


שטארק דיר און זיי ממשיך צו דאווענען וועסטו זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מיט דיר מאכן; דו וועסט זוכה זיין ארויסצוקריכן פון אלע דיינע חובות און דו וועסט האבן גרויס שפע.


זע צו געבן פאר דיין ווייב געלט און זיי נישט קארג אין שטוב; אז מען האט נישט קיין געלט גייט מען נאך געלט, עס איז נישט דא אזא זאך ווי לאזן א ווייב הונגערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תמורה טז.): "אִשָּׁה כֵּיוָן שֶּׁאֵין לָהּ תְּבוּאָה בְּתוֹך בֵּיתָהּ מִיָּד צוֹעֶקֶת", אויב עס איז נישט דא קיין עסן אין שטוב הייבט גלייך די ווייב אן צו שרייען; עס איז דיין אחריות אז עס זאל זיין וואס צו עסן אין שטוב און זיי נישט קיין קמצן אויף איר חשבון, ווייל אז דו וועסט זיך שטעלן אויף יעדע עסן און איר משוגע מאכן: "דאס פעלט אויס?" "יענץ פעלט אויס?" - וועסטו אלעס פארלירן.


אז דו פלאגסט זיך און דו קענסט נישט דעקן דיינע הוצאות - זאלסטו גיין נאך געלט; מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז אויב מען וויל נישט פושט רגל זיין (באנקראטירן) זאל מען פושט יד זיין, מען זאל אויס שטרעקן די הענט און גיין נאך געלט; עס איז נישט דא אזא זאך ווי נישט אהיים ברענגען געלט, האסט חתונה געהאט, האסט אונטערגעשריבן אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו' - דארפסטו דאס מקיים זיין.


גיי אין שול דאווענען דריי מאל א טאג שחרית מנחה און מעריב מיט מנין וועסטו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.