מכתב יומי

טז אב תשפ

August 06 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דו מאכסט, וואס דו טוסט; אין ישיבה איז הויך יום טוב, פון נעכטן - ט"ו באב - האבן רוב בחורים אנגעהויבן לערנען מסכת תענית יעדן טאג, זיי טוען די סגולה וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן פאר די בחורים, אלע בחורים וואס וועלן לערנען יעדן טאג מסכת תענית - פון ט"ו באב ביז ראש השנה - וועלן גלייך טרעפן א שידוך; עס איז א נחת צו זען ווי די בחורים נוצן אויס די צייט, זיי לערנען פלייסיג.


איך וויל דו זאלסט אויך אנהייבן לערנען; די בלעטער גמרא וועט דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע, עס וועט דיר ברענגען צו די שענסטע מדריגות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, גמרא איז מכניע די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


איך בעט דיר זייער, באניי זיך; נעם א גמרא און לערן יעדן טאג דעם דף הקהלה, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, זאלסטו ווייטער לערנען. זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה וועסטו ווערן א גרויסער צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין".


איך האף דיר צו זען זונטאג נאכט ביים סיום מסכת שבת און מסיבת חנוכת הבית פאר די מוסדות אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.