מכתב יומי

טז אדר א' תשע"ט

February 21 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים; מאך זיך שיעורים אין אלע פינף ספרים פון רבי'ן, ווייל אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אין רבינ'ס תורות.


ווער רעדט נאך אז מען וויל פאררעכטן אלע שלעכטע מעשים וואס מען האט געטון – זאל מען לערנען ליקוטי מוהר"ן, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; אזוי אויך האט דער רבי געזאגט אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


טייערער הארציגער ..., רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר א יונגערמאן: "יונגערמאן לערן אסאך ליקוטי מוהר"ן, ווייל צו א גוף וואס האט געלערנט ליקוטי מוהר"ן וועלן די ווערים נישט קומען". נאך האט רבי נתן געזאגט בעפאר זיין הסתלקות: "אפילו א מענטש זאל זיין דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן אין רבי'ן וועט ער האבן א תיקון"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט א כח צו העלפן יעדן איינעם.


נעם אריין אין דיר אז דו האסט נישט קיינעם אויף דער וועלט, ווייל כל זמן דו מיינסט אז דער וועט דיר העלפן אדער יענער וועט דיר העלפן ביסטו א גרויסער רחמנות; איינמאל דו וועסט מכיר זיין אז דו ביסט אליין און דו האסט נאר דעם אייבערשטן - וועסטו זען גרויסע וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך שיק דיר אויך א בריוו פאר דיין ווייב תחי'.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


ווען דו זאלסט וויסן ווי חשוב דיינע תפילות זענען אויבן אין הימל וואלסטו נישט געווען אזוי צעבראכן ביי זיך; אמת טאקע דו שפירסט זיך אסאך מאל ווי דו האסט קיינעם נישט, אבער למעשה ביסטו נישט אליינס ווייל דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; זאגט מוהרא"ש אז ווייל פרויען האבן בדרך כלל א לב נשבר, א צעבראכן הארץ, זענען זייערע תפילות זייער חשוב ביים אייבערשטן.


וואס דו דארפסט בעט פונעם אייבערשטן, וועט דיר דער אייבערשטער העלפן.


עס איז א שאד צו צאלן געלט פאר א בשר ודם (טערעפיסט) ער זאל דיר אויסהערן וואס ער קען זיך אליינס נישט העלפן, בשעת דו קענסט דאס האבן בחנם! דורך זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, אים אלעס דערציילן און אים בעטן מיט רחמנות ער זאל דיר העלפן מיט וואס דו גייסט אריבער.


א גוטן טאג.