מכתב יומי

טו אדר ב' תשע"ט

March 22 2019

[די בריוו פאר די פרויען איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת צו, שושן פורים, ט"ו אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן זוכה געווען צו אזא הייליגע יום טוב פורים און מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין די מצוות פון פורים: קריאת המגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים און געגעסן די סעודת פורים; מיר האבן געטרינקען וויין און געבראכן. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן מתקן זיין אלעס וואס מיר דארפן מתקן זיין.


דער הייליגער רבי זאגט אז טרינקען וויין פורים איז א תיקון הברית, און מוהרא"ש זאגט אז אויב מען ברעכט נאכדעם איז דאס ממש אזוי ווי עס שטייט (איוב כ, טו): "חַיִל בָּלַע וַיְקִאֶנּוּ" - דער ס"מ דארף אויסברעכן אלעס וואס ער האט גענומען פון אונז.


דער עיקר וואס מיר דארפן מיט נעמען פון פורים איז דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ז:): "חַיָיב אִינִישׁ לִבְסוּמֵי בְּפוּרַיָּא, עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", מען דארף צו קומען צו וויסן אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט; אז עס קומט אויף מיר ארור המן דארף איך עס אנעמען באהבה פונקט אזוי ווי ווען עס קומט אויף מיר ברוך מרדכי. דאס איז דער חיוב פון טרינקען אום פורים, מען זאל זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און וויסן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר איז לטובה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד'): "כשאדם יודע שכל מאורעותיו הם לטובתו, זאת הבחינה היא מעין עולם הבא" ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס גייט איבער אויף אים איז פאר זיין טובה - דאס איז מעין עולם הבא.


נישט אלעס קענען מיר פארשטיין; מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז פאר אונזער טובה, און אים לויבן און דאנקען אויף יעדע זאך וואס ער טוט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג:): "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה", א מענטש דארף לויבן דעם אייבערשטן אויף שלעכטס פונקט אזוי ווי ער לויבט דעם אייבערשטן ווען עס גייט אים גוט; ווען א מענטש טאנצט און פאטש, ער געבט זיך איבער צום אייבערשטן נעמט ער אראפ פון זיך און פון אלע אידן אלע דינים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן י): "כְּשֶׁיֵּשׁ חַס וְשָׁלוֹם דִּינִים עַל יִשְׂרָאֵל, עַל יְדֵי רִקּוּדִים וְהַמְחָאַת כַּף אֶל כַּף נַעֲשֶׂה הַמְתָּקַת הַדִּינִין", דורך פאטשן אין טאנצן נעמט מען אראפ אלע דינים פון אידן; ברוך השם אז פורים האבן מיר זוכה געווען צו טאנצן און צו פאטשן אסאך, האט מען זיכער אראפגענומען אלע דינים פון אידישע קינדער.


מוצאי שבת וועט זיין א סעודה אין ישיבה, אויך וועט זיין א שיינע פלעי וואס די בחורים און יונגעלייט וועלן פארשטעלן; זע צו ברענגען דיינע קינדער.


איך שיק דיר אויך א בריוו פאר דיין ווייב תחי'.


א פרייליכן שבת.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת צו, שושן פורים, ט"ו אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


ווען פרויען וואלטן געוואוסט וואסערע כוחות זיי האבן מיט זייערע תפילות, בפרט ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט; וואס זיי קענען דעמאלט פועל'ן, אלע הימלען זענען אפען פאר זייערע תפילות, אלע מלאכים שטייען און קוקן ווי זיי צינדן אן די הייליגע שבת ליכט - וואלטן זיי אויסגענוצט די צייט און געבעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען דארף. אויף געזונט, אויף קינדער און אויף נחת; א שאד אז פרויען ווייסן נישט ווי חשוב זייערע תפילות זענען, און ווי אזוי אויסצוניצן זייער צייט.


בעט איך אייך זייער מרת ..., אז איר דארפט א ישועה זאלט איר צינדן ליכט אפאר מינוט פארן זמן און איר זאלט זיצן ביי די ליכט און בעטן אייערע בקשות און זאגן אביסל תהילים וועט איר זען גרויסע ישועות וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך און אייער משפחה.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אז איר זאלט זיין רואיג און פרייליך און איר זאלט זיין אין א גוטע גיסטע, ווייל אז איר וועט זיין פרייליך וועט די גאנצע שטוב זיין פרייליך. אלעס ווענדט זיך אין די מאמע - ווען די מאמע איז פרייליך זענען די קינדער פרייליך, און ווען די מאמע איז אנגעצויגן, זעט מען עס גלייך אן אויף די קינדער. א מאמע האט אויף זיך א גרויסע אחריות, און אלעס ווענדט זיך אין איר. זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה.


מוצאי שבת וועט פארקומען אין ישיבה א מלוה מלכה לכבוד שושן פורים מיט א שיינע פארשטעלונג; די ווייבער שול וועט זיין צוגעגרייט פאר פרויען און קינדער.


א פרייליכן שבת.