מכתב יומי

יד אדר ב' תשע"ט

March 21 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, פורים, י"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט איז זייער א גרויסער טאג; היינט איז א צייט צו מאכן א פרישע התחלה צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): "כִּי בִּתְּחִילָּה הָיוּ כָּל הַהַתְחָלוֹת מִפֶּסַח וְכוּ', וְעַכְשָׁיו, וְלֹא סִיֵּים", זאגט רבי נתן אויף דעם אז ער האט פארשטאנען פון רבי'ן אז היינט זענען אלע התחלות פון פורים; ווייל אז מען איז זוכה און מען פריידט זיך מיטן אייבערשטן, מען פריידט זיך אז מען איז א איד און מען פריידט זיך מיט אלע גוטע נקודות וואס מען האט, דעמאלט קען מען מאכן א פרישע התחלה.


זאלסטו יעצט פורים אינדערפרי זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, היינט הייב איך אן פונדאסניי צו זיין אן ערליכער איד"; כאפ א שפאציר אביסל אוועק פון דיין שטוב און גיס זיך אויס דיין הארץ, זאג פאר'ן אייבערשטן אז באמת ווילסטו זיין אן ערליכער איד. דערצייל אים אויס אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און בעט אים רחמנות אינעם היינטיגן טאג יום הפורים ווען עס איז (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", וואס צדיקים זאגן אויף דעם אז ווער עס בעט און וואס מען בעט היינט - באקומט מען.


טייערער ברודער ..., דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב יעדעס ווארט וואס דו רעדסט צום אייבערשטן איז אויבן אין הימל; אויבן אין הימל קוקט מען אויף א איד אינגאנצן אנדערש, א איד איז אין הימל זייער זייער חשוב.


איך האב דיר אסאך צו שרייבן טייערער ברודער, אבער יעצט איז נישט די צייט פאר בריוו, יעצט דארף מען מקיים זיין די מצוות היום; אנגעהויבן מיט קריאת המגילה וואס איז אזוי גרויס אז צדיקים האבן געזאגט: "עס לוינט זיך א איד זאל זיין דא בזה העולם זיבציג יאר און עס זאל אריבער גיין אויף אים וואס גייט אריבער אויף אים אבי ער זאל זוכה זיין איין מאל צו הערן קריאת המגילה".


נאכדעם האבן מיר די מצוה פון משלוח מנות איש לרעהו און מתנות לאביונים; מיר זענען אלע אביונים - זאגט מוהרא"ש, מענטשן זוכן ביי וועם מען קען מקיים זיין די מצוה פון מתנות לאביונים, אבער באמת - יעדער איינער וואס שטרעקט אויס זיין האנט זאלסטו אים געבן צדקה.


שטארק דיר, איך האב דיר ליב; דו ביסט ביי מיר חשוב ווי אן אייגן קינד.


וואונטשט דיר דיין ראש ישיבה, א שמחת פורים.