מכתב יומי

יז אדר ב' תשע"ט

March 24 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו וועסט נאך זען אז אלעס איז געווען לטובתך; דו וועסט נאך דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גאנצע פרשה וואס דו גייסט אריבער, וואס עס זעט דיר אויס שלעכט.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש שוחר טוב, קיח): אויפן פסוק (תהלים קיח, כא): "אוֹדְךָ כִּי עֲנִיתָנִי וַתְּהִי לִי לִישׁוּעָה", אז עס איז געווען א איד א סוחר וואס האט איינגעקויפט סחורה צוזאמען מיט עטליכע שותפים כדי צו פארדינען אסאך געלט און זיי זענען געפארן איבערן ים פארקויפן די סחורה. ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט צו פארן צו די מקומות וואו מען גייט פארקויפן די סחורה איז דער איד זייער קראנק געווארן אויף אזוי ווייט אז ער האט נישט געקענט מיט פארן, זענען די אנדערע שותפים געפארן און מען האט אים איבער געלאזט. האט דער איד געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, מה פשעי ומה חטאתי, וואס האב איך געזינדיגט אז דאס האט צו מיר פאסירט?" ער האט נישט געקענט אויסהאלטן די צער פארוואס פונקט ער וואס ער איז אזוי ערליך וכו' דארף אונטער בלייבן און ער קען נישט מיט גיין. אביסל שפעטער האט ער געהערט אז אלע שותפים זענען אומגעקומען אין א רויבעריי, מען האט זיי אלע גע'הרג'ט רחמנא לצלן און נאר ער איז געבליבן לעבן. האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיהו יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי, יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט מיר קראנק געמאכט, יעצט זע איך אז דאס איז געווען פאר מיין טובה.


מוהרא"ש זאגט אז אינעם ווארט: "וּתְ'נַחֲמֵנִ'י" איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, ווייל דער הייליגער רבי לערנט מיט אונז אז א מענטש זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


פאלג דעם רבי'ן, גיי אויף א פלאץ וואו קיינער זעט דיר נישט און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, זאג אים: "רבונו של עולם איך בעט דיר זייער, העלף מיר! איך קען נישט מער אנגיין! איך שפיר ווי איך גיי צוגרינד וכו' וכו'"; אזוי זאלסטו אים אלעס דערציילן, וועט דיר דער אייבערשטער העלפן.


פארליר זיך נישט; דו וועסט זען ווי עס וועט אריבער גיין און דו וועסט זען די ישועה מיט דיינע אויגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו וואוינסט דאך סמוך ונראה צו א קבר פון א צדיק, איז דאך ממש א שאד אז דו זאלסט נישט אריבער גיין דארט איינמאל א טאג זיך מתבודד זיין; זיך אויסוויינען אויף דיינע טעג און יארן וואס דו האסט פארברענט מיט נארישקייטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַךְ", ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברי צדיקים העלפט דער אייבערשטער אפילו דער מענטש איז נישט ראוי מען זאל אים ענטפערן; בפרט ווען א מענטש וויל תשובה טון אויף זיינע טעג און יארן וואס ער האט געטון דעמאלט נישט גוטע זאכן, איז זייער גוט צו גיין צו קברי צדיקים און זיך אויסשרייען דאס הארץ צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג', מחיגר) אז דער גזלן האט געוואלט תשובה טון, האט ער געריסן קברים; דאס הייסט ער איז געגאנגען אויף קברי צדיקים זיך מתבודד זיין און תשובה טון.


מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז געווען צוויי ברסלב'ע אידן וועלכע זענען געגאנגען אויף א שפאציר צו האבן אביסל שיחות חברים, זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן. אזוי שפאצירנדיג האט זיי א מתנגד נאך געשריגן: "ברסלב'ע כלבים!" האט זיך איינער זייער באליידיגט, 'היתכן מען שרייט אויף אויף אונז מיר זענען "ברסלב'ע הונט"', האט זיך דער צווייטער אנגערופן און געזאגט: "ווער נישט באליידיגט, ער מיינט נישט צו שרייען 'הונט', ער שרייט ברסלב'ע כלב'ים, ער זאגט אונז אז מיר טוען וואס כלב האט געטון. ווען כָּלֵב האט געזען אז משה רבינו האט געגעבן א ברכה פאר יהושע בן נון אז ער זאל געראטעוועט ווערן פון די עצה פון די מרגלים און ער האט נישט באקומען קיין ברכה, האט ער זיך אוועק געכאפט פון די מרגלים און געגאנגען צו די קברי צדיקים אין חברון מתפלל זיין אז ער זאל נישט ווערן פארכאפט צו קריגן אויף משה רבינו, דאס שרייט ער אויף אונז, אז מיר ברסלב'ע חסידים גייען שטענדיג אויף קברי צדיקים, מיר גייען שטענדיג זיך מתבודד זיין, אבער ער מיינט נישט צו שרייען "ברסלב'ע הונט".


ווען דו גייסט צום ציון וכו' זאלסטו מיר אויך מזכיר זיין לטובה, איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן, אויך זאלסטו בעטן אז דו זאלסט דיין גאנץ לעבן ווייטער משמש זייין דעם רבי'ן.


א גוטע נאכט.