מכתב יומי

טו אדר תשע"ח

March 02 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת כי תשא, ט"ו אדר, שושן פורים, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן; "אִלּוּ - מיר זאלן נישט באקומען ביים רבי'ן נאר דעם ריכטיגן צוגאנג ווי אזוי צו נעמען די הייליגע טעג - דַּיֵּנוּ". עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה טוֹבָה כְּפוּלָה וּמְכֻפֶּלֶת לַמָּקוֹם עָלֵינוּ אז מיר האבן דעם רבינ'ס עצות אויף טריט אין שריט, דארפן מיר דאך זיכער דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע ניסים ונפלאות וואס ער טוט מיט אונז, אז מיר נידעריגע מענטשן וואס מיר זענען פארשמירט מיט עבירות האבן אויך די זכיה צו וויסן פון רבי'ן.


אמאל בשעת'ן זאגן תיקון חצות האט זיך דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה אפגעשטעלט ביי דעם שטיקל "אַתָּה יוֹדֵעַ רָזֵי עוֹלָם וכו'" און ער האט געזאגט: "רבונו של עולם! אַתָּה יוֹדֵעַ רָזֵי עוֹלָם, דו ווייסט דאך אז די גאנצע זאך פון רבי'ן איז א סוד פאר די גאנצע וועלט, און מיר האסטו אויסדערוועלט איך זאל וויסן פון אזא גרויסע רבי וואס האט אזעלכע וואונדערליכע עצות, העלף אייבערשטער אז אלע אידן זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן", אזוי פלעגט רבי נתן כסדר וויינען צום אייבערשטן ביים זאגן תיקון חצות. ווייל מען דארף גרויס רחמים אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן און מען זאל זוכה זיין צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן וואס ברענגט אונז צום אייבערשטן. דערפאר, אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם סוד פון רבי'ן דארפן מיר כסדר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם.


איך בעט דיר טייערע ברודער, שטארק דיר און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות; אפילו עס זעט דיר אויס אז גארנישט רוקט זיך אין גוטן ריכטונג וכו', דאך זאלסטו ווייטער בעטן דעם אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו זייער שיינע זאכן.


א פרייליכן שבת.