מכתב יומי

יד אדר תשע"ח

March 01 2018

 בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, י"ד אדר, חג הפורים, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז נישט קיין צייט היינט פאר לאנגע בריוון, היינט איז זייער א גרויסער טאג; עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון כא, דף נז:) אז 'יום כיפורים' איז אזוי ווי 'יום הפורים'; ווען מען וויל זאגן דער איז אזוי ווי דער - "הקטן נתלה בגדול" - נעמט מען דעם קלענערן און מען זאגט ער איז ווי דער גרעסערער, קומט אויס אז יום כיפור איז אזוי ווי פורים. דארף מען דאס פארשטיין, ווייל יום כיפור איז דאך דער גרעסטער טאג פון יאר אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ג, ח): אויפן פסוק (בראשית א, ה): וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר 'יוֹם אֶחָד' – "זֶה יוֹם הַכִּפּוּרִים" וואס אין דעם טאג איז דער אייבערשטער מוחל פאר די אידן אויף אלע עבירות, אבער פון זוהר איז משמע אז פורים איז גרעסער, נאר מוהרא"ש זאגט אז אפילו טאקע יום כיפור איז זייער גרויס, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (יומא פה:): "עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ", אויב האט איינער וויי געטון א צווייטן איז יום כיפור נישט מכפר ביז מען בעט יענעם איבער; דאס איז דאס גרויסקייט פון פורים אז מען איז עוסק א גאנצן טאג מיט מצוות שבין אדם לחבירו וואס דורכדעם בעט מען זיך איבער איינער מיטן צווייטן, מיט דעם איז פורים גרעסער פון יום כיפור.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין פרייליך א גאנץ יאר און מיר זאלן זיך נישט קריגן מיט קיינעם, מיר זאלן נאר עוסק זיין אין הפצה און צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, עס זאל שוין מקוים ווערן לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַי.


א פרייליכן לעכטיגן פורים און א שמחת תמיד.