מכתב יומי

יז אדר תשע"ח

March 04 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל פקודי, י"ז אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז אויס מיר זאלן נישט אויפגעבן; דער רבי לערנט מיט אונז אז מיר זאלן זיך כסדר באנייען מיט א פרישע התחלה און זיך נישט לאזן צעברעכן פון דעם יצר הרע.


איינמאל איז די צדיקת אדל - דעם רבינ'ס טאכטער געגאנגען נאך געלט מיט נאך אפאר פרויען, אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, עס איז געווארן א גרויסע בלאטע און אלע פרויען זענען געווארן פארשמירט פון די בלאטע, נאר אדל איז געבליבן זויבער, אפילו איר שיך איז געבליבן ריין; די פרויען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איר האבן זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז זי האט זוכה געווען צו אזא רואיגקייט אז זי זאל קענען גיין אין בלאטע און דאך בלייבן זויבער. האט אדל זיי געזאגט: "מיין גרויסע טאטע - דער הייליגער רבי - האט מיר אויסגעלערנט א וועג אז אפילו ווען מען גייט אין בלאטע זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער".


דאס הייסט, אפילו א מענטש פאלט נעבעך אראפ אין בלאטע, לערנט אונז דער רבי אז מיר זאלן זיך נישט פארשמירן מיט עצבות און מרה שחורה, נאר מיר זאלן בלייבן ריין, מיר זאלן ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן אז ער וועט אונז העלפן.


איך וויל דיר זייער בעטן אז דו זאלסט גיין אביסל הפצה יעדן טאג; מיר קענען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון הפצה. חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ירושלמי כתובות, דף סו): אז ריש לקיש האט געפאסט דריי הונדערט תעניתים אז ער זאל זוכה זיין צו זען רבי חייא און ער האט נישט זוכה געווען אים צו זען, האט ריש לקיש געהאט חלישות הדעת און ער האט געבעטן דעם אייבערשטן: "פארוואס בין איך נישט זוכה צו זען רבי חייא, איך האב אויך געלערנט פלייסיג די הייליגע תורה, האט דען רבי חייא געלערנט מער פון מיר?!" האט מען אים געענטפערט: "דו האסט געלערנט מער פון רבי חייא, אבער ער האט אריין געברענגט תורה אין אידישע קינדער מער ווי דיר, און נישט נאר דאס, נאר רבי חייא איז געגאנגען גלות ליידן כדי צו לערנען, ער איז ארויף קיין ארץ ישראל". האט ריש לקיש פארשטאנען אז דאס גרויסקייט פון ר' חייא איז געווען ווייל ער איז געגאנגען אין גלות צו לערנען תורה, האט ריש לקיש געזאגט: "רבונו של עולם, איך בין אויך געגאנגען אין גלות כדי צו לערנען תורה", האט מען אים געענטפערט: "דו ביסט געגאנגען אין גלות צו לערנען תורה פאר דיר, אבער רבי חייא איז געגאנגען אין גלות פאר א צווייטן, ער איז ארום געגאנגען אויסלערנען תורה פאר אידשע קינדער".


זעט מען וואס הייסט הפצה, וואסערע גרויסע זאך עס איז ווען א מענטש גייט אין גלות, ער גייט ארום מיט א זעקל ספרים פון הייליגן רבי'ן און פארטיילט דאס כדי מחי' צו זיין אידישע קינדער און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.