מכתב יומי

טו אדר תשפ

March 11 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר, שושן פורים, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין די מצוות פון פורים: קריאת המגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים און געגעסן דעם סעודת פורים; מיר האבן געטרינקען וויין און געבראכן. דער רבי זאגט אז מען טרינקט פורים וויין - איז דאס א תיקון הברית, מוהרא"ש זאגט אז אויב מען ברעכט נאכדעם איז ממש אזוי ווי עס שטייט (איוב כ, טו): "חַיִל בָּלַע וַיְקִאֶנּוּ" - דער סמ"ך מ"ם דארף אויסברעכן אלעס וואס ער האט גענומען פון אונז.


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן געטרינקען נעכטן, אבער איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט א גאנץ יאר טרינקען. דער רבי האט אונז געהייסן טרינקען יעדן טאג א ספעציעלע משקה, דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א פאנטש", מיר דארפן טרינקען יעדן טאג אביסל פון די גוטע משקה, יעדן טאג זאגן אביסל תהלים; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און טרינקט קאפיטלעך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


היינט נאכט וועט זיין א סעודה אין ישיבה פאר אלע תלמידים, קום מיט דיין גאנצע משפחה.