מכתב יומי
טז אדר תשפ
March 12 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ה' פרשת כי תשא, י"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
די גאנצע וועלט איז יעצט אין א פחד, מענטשן לויפן קויפן עסן, מען האט מורא פון די קאראנע-וויירוס השם ישמרינו. מענטשן זענען דערשראקן, מען ווייסט נישט וואס עס גייט פאר; שטארקע לענדער ווערן שוואך, רייכע מענטשן באהאלטן זיך, גרויסע זינגערס און עקטערס זיצן אפגעזונדערט אין שטוב, קיינער פארט נישט, קיינער קומט נישט, עס זעט אויס ווי די וועלט קומט צו אן ענדע; קיינער כאפט נישט אז דאס איז אלעס פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער וויל אונז אויפוועקן פון שלאף, מיר זאלן זיך נישט איינרעדן אז מיר וואוינען אין א שטארקע מדינה, מיר זאלן זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם אין די וועלט, מען זאל נישט מיינען אז געלט וועט אונז העלפן, ביזנעס וועט אונז העלפן, די מדינה, יענע מדינה - וועט אונז העלפן, נאר דער אייבערשטער וועט אונז העלפן.
דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יב): עס איז פארהאן א גיבור וואס גייט ארום די וועלט און נעמט איין מדינות, די מדינות וואס געבן זיך אונטער צו אים - לאזט ער אפ, אבער די מדינות וואס ווילן זיך נישט מכניע זיין אונטער אים נעמט ער איין, ער מאכט אויס פון די מדינות; מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, אז דאס גייט ארויף אויפ'ן אייבערשטן וואס שיקט זיין מדת הגבורה, אויב דער מענטש איז זיך מכניע צו אים, ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, דעמאלט לאזט ער דעם מענטש גיין און אז נישט איז זייער ביטער.
יעצט איז א גוטע צייט צו גיין הפצה; אזוי ווי דער בעל תפילה האט געטון מיט די מענטשן פון די מדינה פון די עשירים, ווען זיי האבן געהאט צו טון מיט'ן גיבור דעמאלט האבן זיי גערעדט מיט אים, דעמאלט האבן זיי אים אויסגעהערט וואס ער רעדט, די דיבורים פון תכלית; אזוי איז יעצט ווען אלע זענען צעטומלט און צעטרייסלט פון די קאראנע, מען ציטערט פונעם גיבור, מען וויל זיך נישט מכניע זיין צו אים ווייל ער פארמיאוסט געלט, יעצט נעם א זעקל ספרים, קונטרסים, סידיס און גיי דערמיט הפצה.
איך דארף מקצר זיין; איך דארף גיין צו די טייערע בחורים אין ישיבה, זיי ווארטן אויף א שיעור, איך דארף זיי מחזק זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.