מכתב יומי
יג אדר תשפ
March 09 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
היינט איז א גרויסע טאג צו פועל'ן ישועות; עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים (יסוד יוסף, פרק א) אז אינעם היינטיגן טאג זאל מען זאגן דעם קאפיטל וואס אסתר המלכה האט געזאגט ווען זי איז אריין צו אחשורוש אין פאלאץ, זי האט זיך דערשראקן זעענדיג אלע עבודה זרה'ס האט זי אנגעפאנגען זאגן דעם קאפיטל (תהלים, כב): "קֵלִי קֵלִי לָמָה עֲזַבְתָּנִי", (עס זענען דא וואס זאגן אז זי אליינס האט מחבר געווען דעם קאפיטל). נאכדעם זאל מען זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וועט מען זען גרויסע ניסים.
מען קומט אין שול מיט בגדי שבת; פאר מנחה געבט מען מחצית השקל, מען פירט זיך צו געבן דריי האלבע דאללערס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, חלק ב', סימן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִיצוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", דורך געבן די שקלים ווערט מען ניצול פונעם יצר הרע; איז בשעת דו געבסט די שקלים זאלסטו בעטן דעם אייבעשטן אז דו זאלסט געראטעוועט ווערן פונעם יצר הרע.
בשעת מען ליינט די מגילה איז א צייט וואס אלע הימלען זענען אפן, מען קען זוכה זיין צו פועל'ן גרויסע ישועות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יד.): "קְרִיָּיתָא זוֹ הַלֵּילָא", די מגילה וואס מיר הערן דאס איז אזוי ווי מיר זאגן הלל צום אייבערשטן; מען קען זוכה זיין צו געהאלפן ווערן מיט וואס מען דארף.
פרויען זענען אויך מחויב מיט קריאת המגילה ווייל זיי זענען אויך געווען אין די ביטערע גזירה פון המן (מגילה ד.) און זענען געראטעוועט געווארן; אויב דו האסט גאר קליינע קינדער זאלסטו זיך איינטיילן מיט דיין ווייב זי זאל אויך קענען גיין אין שול הערן די מגילה, אדער זאלסטו ליינען די מגילה פאר דיין ווייב אין שטוב; מען קען נישט ברענגען אין שול קליינע קינדער וואס שטערן די גאנצע שול פון יוצא זיין די מגילה.
היינט נאכט איז נישט קיין מצוה צו טרינקען, היינט נאכט מאכט מען נישט קיין גרויסע סעודות, דער עיקר מצוה פון סעודת פורים איז מארגן; ענדערש זאלסטו זיך לייגן פרי און אויפשטיין פרי אז דו זאלסט קענען לערנען דיינע שיעורים כסדרן און זיך מתבודד זיין. וואויל איז דעם וואס נוצט אויס דעם גרויסן טאג פורים מיט תפילה והתבודדות, ער גייט אביסל שפאצירן און גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און אונז ראטעווען פון המן וואס וויל אונז הרג'נען, ער וויל אונז אראפווארפן אין עבירות.
מארגן פורים נאכמיטאג וועט מען זיך צוזאמקומען אין ישיבה דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אונז; אויף די גרויסע נס וואס מיר האבן זוכה געווען, צו זיין ביים הייליגן רבי'ן וואס ראטעוועט אונז פון המן - פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז נאר אויסרייסן פון די וועלט און יענע וועלט, מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז אויס אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן יעדע זאך וואס מיר דארפן.
איך וועל זיין אין שטוב פורים נאכמיטאג.
א פרייליכן פורים.
~~~
אַ תְּפִילָה צוּ זָאגְן פַארְ'ן גֶעבְּן "מַחֲצִית הַשֶּׁקֶל"
רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיךְ גֶעבּ דֶעם מַחֲצִית הַשֶּׁקֶל הֶעלְף מִיר אַרוֹיס אִיךְ זָאל גֶערַאטֶעוֶועט וֶוערְן פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (סֵפֶר הַמִּדּוֹת אוֹת צְדָקָה, חֵלֶק ב', סִימָן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִיצוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ שְׁמִירַת עֵינַיִם אוּן שְׁמִירַת הַמַּחְשָׁבָה.
רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל אַלֶעמָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אִיךְ בִּין נָאר הַאלְבּ אוּן אִיךְ דַארְף צוּקוּמֶען צוּ נָאךְ אַ אִיד; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ מַכְנִיעַ זַיין דִי קְלִיפָּה פוּן הָמָן עֲמָלֵק וָואס זַייעֶר גַאנְצֶע זַאךְ אִיז נָאר מַחְלוֹקֶת, אוּן זוֹכֶה זַיין צוּ אַלֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת וָואס קוּמֶען אִין זְכוּת פוּן אַלֶע מִצְוֹות פוּן דֶעם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב פּוּרִים.
בִּזְכוּת רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא, וּבִזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב, זְכוּתָם יָגֵן עָלֵינוּ.