מכתב יומי

טו אייר תשע"ח

April 30 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג דעם דף גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא, דאס וועט דיר אפוואשן פון אלע דיינע עבירות.


יעדעס מאל וואס א מענטש זינדיגט קלעבט זיך אן אים קליפות און מזיקים וואס שעדיגן אים, אבער אז מען לערנט די הייליגע תורה ווערן זיי פארברענט.


אז דו וועסט לערנען תורה וועסטו האבן עשירות און אלעס גוטס.


היינט נאכט וועט נישט זיין קיין שיעור, דער שיעור וועט אם ירצה ה' פארקומען מיטוואך נאכט צוזאמען מיט די סעודת ל"ג בעומר וואס וועט פארקומען אין ישיבה; עס וועט אויך זיין צוגעשטעלט פאר די פרויען און קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.