מכתב יומי

יד אייר תשע"ח

April 29 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק און מעודד מיר זאלן נישט אויפגעבן אויף קיין שום פאל. דער הייליגער רבי געבט אונז די שטארקייט מיר זאלן פראבירן מיט אלע אונזערע כוחות זיך מחזק זיין מיט אמונה אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אונז איז לטובה, דער רבי לאזט אונז נישט שלאפן, ער וועקט אונז אויף מיר זאלן עפענען אונזער מויל און רעדן צום אייבערשטן.


רעדן צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה; אזוי ווי עס שטייט (תהלים קטז, י): "הֶאֱמַנְתִּי כִּי אֲדַבֵּר", מען ווערט געשטארקט אין אמונה דורך דעם וואס מען רעדט דערפון; עס איז נישט געווען קיין איין שמועס ביים רבי'ן וואס דער רבי זאל נישט רעדן פון תפילה. דער רבי האט געזאגט: "ואני תפילה, איך בין תפילה און נאר דאס וויל איך פון מיינע תלמידים. דעריבער קריגט מען אויף מיר, ווייל תפילה איז א זאך וואס מענטשן זענען אין דעם מזלזל, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כְּרוּם זֻלֻּת לִבְנֵי אָדָם – אֵלּוּ דְּבָרִים הָעוֹמְדִים בְּרוּמוֹ שֶׁל עוֹלָם, וּבְנֵי־אָדָם מְזַלְזְלִין בָּהֶם", און רש"י זאגט דארט: "וּמַאי נִיהוּ, תְּפִלָּה", תפילה איז פון די העכסטע זאכן אויף דער וועלט, אבער מענטשן זענען אין דעם זייער מזלזל, דערפאר - האט דער רבי געזאגט - איז מען מזלזל אין מיר, ווייל איך וויל נאר צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און זיי אויסלערנען רעדן צום אייבערשטן (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צג)".


ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס באדערט אים, ער שמועסט אויס זיין הארץ מיטן אייבערשטן, דורכדעם ווערט אים אויפגעבויט די אמונה, און נאכדעם ווען עס גייט אויף אים איבער א שוועריקייט חס ושלום ווערט ער נישט פארלוירן, ווייל ער פארזיכערט זיך אויפן אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות ס.): "מַעֲשֶׂה בְּהִלֵּל הַזָּקֵן שֶׁהָיָה בָּא בַּדֶּרֶךְ, וְשָׁמַע קוֹל צְוָחָה בָּעִיר", עס איז געווען א מעשה, הלל הזקן איז צוריק געקומען פון א ווייטע וועג צוריק צו זיין שטאט, ווען ער איז אריין געקומען אין זיין שטאט האט ער געהערט א הויכע געשריי, ווי מענטשן שרייען פון א צרה, האט ער געזאגט: "מֻבְטָח אֲנִי שֶׁאֵין זֶה בְּתוֹךְ בֵּיתִי", איך בין זיכער אז די געשריי איז נישט פון מיין שטוב; ער האט געהאט אזא שטארקע אמונה אינעם אייבערשטן אז אויף אים זאגט דער פסוק (תהלים קיב, ז): "מִשְּׁמוּעָה רָעָה לֹא יִירָא נָכוֹן לִבּוֹ בָּטֻחַ בַּה'".


ווי אזוי איז הלל הזקן געווען אזוי זיכער אז דאס איז נישט פון זיין שטוב, עס קען דאך פאסירן ביי יעדן איינעם חס ושלום א צרה? נאר הלל הזקן האט אריין געברענגט אין זיין שטוב אזא שטארקע אמונה, דערפאר האט ער געוואוסט אז אויב מען הערט א געשריי איז עס נישט פון זיין שטוב, ווייל אויב איז דא ביי אים אין שטוב חס ושלום א צרה, וועט מען נישט שרייען און מען וועט זיך נישט פארלירן, נאר מען וועט עס אננעמען באהבה, מען וועט זאגן "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט". אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ס:): לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם רָגִיל לוֹמַר: "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטָב עָבֵיד", א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט", דעריבער האט הלל געזאגט: "מֻבְטָח אֲנִי שֶׁאֵין זֶה בְּתוֹךְ בֵּיתִי", איך בין זיכער אז דאס איז נישט ביי מיר אין שטוב, ווייל ביי מיר אין שטוב וואלט מען נישט געשריגן, ביי מיר אין שטוב וואלט מען נישט געשאלטן חס ושלום ווען עס גייט נישט ווי מען וויל.


דאס אלעס ברענגט דער הייליגער רבי אריין אין אונז פשוט'ע מענטשן, מיר זאלן אויך לעבן מיט אמונה אזוי ווי די גרויסע צדיקים, מיר זאלן אויך זיין צוגעוואוינט צו זאגן וואס רבי עקיבא האט געזאגט ווען ער האט אלעס פארלוירן אין וואלד (ברכות ס:): "כָּל מַה שֶׁעוֹשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, הוּא לְטוֹבָה", וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט; דאס איז דער גרויסער חידוש פון רבי'ן, צו נעמען פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען, און אונז צוברענגען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.