מכתב יומי
טז אייר תשע"ח
May 01 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויף די מצוה פון כיבוד אב ואם.
היינט איז זייער גרינג צו מקיים זיין די מצוה, ווען מען קען מיט איין טעלעפאן רוף מחי' זיין די עלטערן.
דער הייליגער רבי פלעגט פארן צו זיינע עלטערן יעדע שטיק צייט אפילו ער האט געוואוינט ווייט אוועק פון זיי. פון אוסיאטין ביז מעזיבוז איז מער פון 350 קילאמעטער, דאס איז איבער צוויי הונדערט מייל, דאך פלעגט דער רבי זיך אריבער כאפן מזמן לזמן צו זיי, און ווען ער איז דארט געווען פלעגט ער גיין צום ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו; איז אודאי היינט ווען מען קען רעדן דורכן טעלעפאן איז ממש אן עבירה דאס נישט צו טון.
זע צו רופן יעדן טאג דיינע עלטערן; מוהרא"ש פלעגט זיך פירן אז יעדן טאג גלייך נאך שחרית פלעגט ער רופן זיין טאטע. זאג נישט אז דו האסט נישט וואס צו רעדן מיט זיי; זוך דיר אויף וואס צו רעדן, פארצייל זיי פון דיין לעבן; פארשטייט זיך נאר גוטע זאכן, ווייל עלטערן האבן נישט קיין כח צו הערן ווי די קינדער קרעכצן, זיי האבן שוין גענוג געהאט זייערע שוועריקייטן מיט די קינדער, יעצט איז שוין די צייט וואס מען דארף זיי ברענגען נאר נחת. וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה פון מחיה זיין עלטערן.
אויב דיינע עלטערן זענען ברוגז אויף דיר אז דו ביסט געקומען קיין ברסלב וכו' זאלסטו זיי חס ושלום נישט ענטפערן; וואס זאלן מיר טון אז מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור. דיינע עלטערן מיינען נישט קיין שלעכטס, ווייל ווען זיי וואלטן געוואוסט וואס דער רבי געבט אונז וואלטן זיי געברענגט אלע קינדער צום רבי'ן.
דער הייליגער רבי געבט דאך אונז נאר גוטס, דער רבי געבט אונז יראת שמים; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר זיכער אהין געלאפן און געזוכט ווי מער מען קען נעמען דערפון, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, איר וואלט אריין געקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?!
באמת קריגן זיך נישט דיינע עלטערן מיט דיר, ווייל זיי ווילן דאך דאס זעלבע וואס דו ווילסט, זיי ווילן דו זאלסט זיין אן ערליכער איד און דו ווילסט דאס זעלביגע, די גאנצע מחלוקה איז נאר צוליב די בעלי לשון הרע וואס רעדן שלעכטס אויפן הייליגן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים. דערפאר, ענטפער נישט ווען מען האלט דיר פאר וכו', זאלסט זיי ווייטער מכבד זיין, זאלסט ווייטער לערנען דיינע שיעורים כסדרן און ווייטער ממשיך זיין מיט התבודדות, צום סוף וועסטו זען אז זיי וועלן האבן די מערסטע נחת פון דיר.
דאס קענען מעיד זיין אלע תלמידי היכל הקודש וואס זענען אריבער אין זייערע בראשית יארן רדיפות און בזיונות, מען האט אפגעשפעט פון זיי, מען האט געוויינט און געשריגן אז מען כאפט א הארץ אטאקע וכו' פון דעם וואס מען דריידט זיך ביים רבי'ן, אבער (איוב ח, ז): "וְאַחֲרִיתְךָ יִשְׂגֶּה מְאֹד", ביים סוף זענען אלע מודה אז נאר דער וואס פאלגט דעם הייליגן רבי'ן, נאר דער וואס נעמט די עצות פון רבי'ן, די אלע זענען מכבד די עלטערן און פון זיי האט מען נחת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.