מכתב יומי

טו אייר תשע"ט

May 20 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דער זוממער איז אנגעקומען און מען דארף רחמי שמים צו זיין אפגעהיטן מיט די אויגן נישט צו פארברענט ווערן פון די גאס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז ווען א מענטש גייט ארויס פון שטוב זאל ער לייגן די הענט אויף די מזוזה און בעטן א קורצע תפילה: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל צוריק קומען בשלום, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן וכו'", אזוי וועט ער מצליח זיין; ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען זיין אפגעהיטן. עס איז נישט דא קיין שום אנדערע וועג צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען בעט אסאך דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש ברענגט פון צדיקים א טייטש אויפ'ן פסוק (בראשית לח, כא): "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה הִוא בָעֵינַיִם עַל הַדָּרֶךְ", א מענטש פרעגט: "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה?" ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו קדושה, צו זיין הייליג? ענטפערט מען אים: "הִוא בָעֵינַיִם עַל הַדָּרֶךְ" - אז דו וועסט זיך היטן די אויגן וועסטו זוכה זיין צו אלע קדושות; אז מען היט זיך די אויגן איז מען זוכה צו זיין ריין פון עבירות, אלעס גייט אנדערש ווען מען היט זיך די אויגן.


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות א צווייטע מאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו שרייסט אויף דיין ווייב, ממש ווי א מענטש אן שכל; דער אייבערשטער איז זייער ברוגז ווען מען טשעפעט א צווייטן איד בפרט ווען מען טשעפעט די ווייב.


בעט איר איבער און הער אויף טערערעזירן אין שטוב - וועט דיר גוט זיין. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", די גאנצע עשירות וואס א מענטש האט – קומט דורך זיין ווייב; אויב מען איז מכבד די ווייב, מען פירט זיך אויף אין שטוב אזוי ווי עס דארף צו זיין און מען רעדט איידל און שיין - איז מען זוכה צו האבן עשירות. און וויסן זאלסטו אז מיט סבלנות וועסטו גיכער פועל'ן ווי מיט טענה'רייען.


איך האף אז דו וועסט אריין נעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ; איך וויל הערן אז עס איז דא שלום ביי דיר אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.