מכתב יומי
יד אייר תשע"ט
May 19 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
היינט איז פסח שני; אז מען טראכט אריין ווי אזוי מען האט באקומען דעם פסח שני זעט מען אז מען האט דאס באקומען נאר דורך דעם וואס די מענטשן וואס זענען געווען טמא האבן גע'טענה'ט אז זיי ווילן אויך זוכה זיין צום קרבן פסח. דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות ברכת הפרות, הלכה ה, אות טז) פון דעם זעט מען אז ווען א מענטש שרייט צום אייבערשטן: "לָמָּה נִגָּרַע לְבִלְתִּי הַקְרִב אֶת קָרְבַּן ה'? - פארוואס בין איך אנדערש? פארוואס קען איך נישט זיין אן ערליכער איד נאר איך האלט אין איין אראפפאלן?!" דאן העלפט אים דער אייבערשטער און ער איז זוכה צו באקומען א פסח שני, מען געבט אים נאך א געלעגנהייט אריינצוקומען אין די קדושה.
היינט איז די ריכטיגע צייט דו זאלסט אנהייבן פונדאסניי צוריק צו ווערן אן ערליכער איד; הייב אן דיין טאג מיט אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאג אים: "לָמָּה נִגָּרַע? רבונו של עולם איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל זוכה זיין צו ריינע אויגן, איך וויל א ריינע מח. געב מיר א ריינע הארץ, איך וויל נישט טון קיין עבירות וכו'", וועסטו זוכה זיין צו א פסח שני.
ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זאלסטו גלייך גיין אין מקוה, בפרט יעצט אין די ספירה טעג. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, ספירת העומר חלק ב', סימן ב): מען דארף זייער אכטונג געבן אין די טעג פון ספירה צו גיין אין מקוה אויב מען איז א בעל קרי, און גלייך אנטון טלית ותפילין.
עס איז נישט גוט צו זיצן א גאנצן טאג אין שטוב. לאז דיין ווייב אביסל אטעמען, לויף איר נישט נאך פיר און צוואנציג שעה וכו'; נישט דאס מיינט שלום בית - זיצן אין שטוב אויפן קאפ וכו', גיי אביסל ארויס און לאז איר האבן אביסל צייט פאר זיך, וד"ל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.