מכתב יומי
טז אייר תשע"ט
May 21 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך דערהאלטן נישט צו האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; נישט אלעס קענען מיר פארשטיין, מיר דארפן וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון.
איך וויל דיר פרעגן א פריוואטע שאלה: "האסטו שוין היינט געעפנט א אידיש ספר?" דו גייסט און דו קומסט, דו ביסט פארנומען מיט אלעס אויף די וועלט, אלעס וואס האט נישט קיין שייכות מיט דיר, פרעג איך דיר: "האסט שוין היינט געלערנט אביסל חומש רש"י?" פארוואס זאלסטו נישט טון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה יעדע וואך האט אריכות ימים; אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין, ברענגט דער משנה ברורה אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן ווילנער גאון זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט מעביר סדרה צו זיין יעדן טאג אביסל. זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; איז אנשטאט זיין פארנומען מיט יענעמ'ס לעבן וכו' פארוואס זאלסטו נישט טראכטן פון דיר? פארוואס זאלסטו נישט טון עפעס פאר דיין נצחיות? אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, מען איז מעביר סדרה יעדע וואך אויפן טאג פון די וואך, דעמאלט האט מען עפעס מיט וואס צוריק צו קומען צום אייבערשטן.
נעם יעצט א חומש און לערן די היינטיגע חומש מיט תרגום און רש"י; אין שלחן ערוך שטייט (שם, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י. מען זאגט נאך פון הייליגן שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו וואס ער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י", אזוי אויך שטייט פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה.
לאז שוין אפ זאכן וואס האט נישט צו טון מיט דיר; קיינער האט דיר נישט געבעטן קער צו נעמען פון די וועלט. הייב אן טראכטן פון תכלית, טראכט אריין א מינוט וואס וועסטו קענען מיט נעמען מיט דיר אויף יענע וועלט - נאר דאס ביסל חומש רש"י, דאס ביסל תורה וואס דו האסט זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג.
די פסוקים חומש רש"י וועט דיר אפהיטן פון שלעכטע זאכן. מען זאגט נאך פון הייליגן רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו, אז א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן.
מארגן נאכט וועט מען זיך צוזאמקומען אין ישיבה לכבוד דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר; מיר וועלן זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. און דער זכות פונעם תנא אלוקי רבן שמעון זאל מגין זיין אז מיר זאלן אלע געהאלפן ווערן - יעדער איינער מיט זיין ישועה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.