מכתב יומי

טו אייר תשפ"ב

May 16 2022

בעזרת ה' יתברך - אור ליום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן איך זיץ יעצט אין עירפארט, נאך אפאר מינוט גיי איך ארויף אויפ'ן פליגער; מיר פארן צו די הילולא פון ל"ג בעומר, זיין אין מירון ביים ציון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, איך וועל אם ירצה ה' בעטן פאר דיר.


איך בעט דיר זייער, גיי נישט שלאפן פאר'ן לערנען דעם בלאט גמרא, דאס איז דיין עתיד. נאר אז מען לערנט די הייליגע גמרא – האט מען אן עתיד, אז נישט ווערט מען פארשוועמט; עס גייט א מבול אין גאס, מען מוז זיך באשיצן, זיך באהאלטן – אין די הייליגע תורה; נישטא נאך א זאך וואס ראטעוועט דעם איד – נאר די הייליגע תורה.


נישטא קיין איין בלאט אין זוהר הקדוש וואס עס זאל נישט שטיין דארט דאס גרויסקייט פון דער וואס לערנט די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.