מכתב יומי

טז אלול תשע"ח

August 27 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר "כי תבוא לאומאן", ט"ז אלול, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר.


פארוואס ביסטו אזוי צעבראכן? פארוואס זאלסטו זיך לאזן צעברעכן פונעם יצר הרע?! פריי דיך מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט.


פריי דיך מיט דעם וואס דו ביסט א איד; דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער אויסגעלאזט די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און אים פארגעהאלטן: "רבי, איר האט אויסגעלאזט די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, האב איך גלייך געמאכט די ברכה "שלא עשני גוי", און מיט דעם האב זיך מחי' געווען"; זעט מען פון דעם אז אסאך מאל קומט דער יצר הרע און מאכט דעם מענטש זאל ווערן זייער דעפרעסט און מען קען זיך נישט מחזק זיין מיט גארנישט, דארף מען זיך פרייען מיט דעם אז 'א גוי בין איך נישט, איך בין א איד'; דאס איז אן עצה צו זיין פרייליך, זיך מחי' זיין מיט דעם וואס מען איז א איד.


זע צו גיין אין מקוה יעדן טאג וועסטו פטור ווערן פון אלע צרות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדינים, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוָה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".


היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, איך ווארט דיר צו זען.


זיי געזונט און שטארק.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.