מכתב יומי

טו אלול תשע"ט

September 15 2019

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט – דאך זאג די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט דיר העלפן זיך מתגבר זיין אויף די קליפה וואס איז מכשיל דעם מענטש אין פגם הברית, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; דורכדעם וואס דו וועסט לערנען גמרא וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


זאג די ווערטער פון די תורה אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט; קוק נישט אויף די וואס שרייען אז דאס הייסט נישט געלערנט און הער נישט אויס די וואס שפעטן דערפון – נאר פאלג דעם רבי'ן. געדענק, "לאכן - לאכט דער וואס לאכט צום סוף"; אזוי ווי עס שטייט (משלי לא, כה): "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן" - ער וועט לאכן ביים לעצטן טאג, אבער די אלע וואס שפעטן אפ פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד די שפעטן פון זיך אליינס, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ", אויב ביסטו קלוג - ביסטו נאר קלוג פאר דיר, "וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", פון רבי'ן קען מען נישט לאכן, פון רבי'ן קען מען נישט חוזק מאכן, ווייל דער רבי בלייבט און זיינע ווערטער בלייבן אבער די וואס לאכן - פון זיי בלייבט גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.