מכתב יומי

יז אלול תשע"ט

September 17 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד; איינער וואס דערהאלט זיך און טראץ אלע שוועריקייטן האט ער נישט קיין שאלות און קשיות אויפ'ן אייבערשטן. ער גלייבט באמונה שלימה אז אלעס איז לטובתו און אפילו עס זעט אויס שלעכט ווייסט ער אז דאס איז נאר פאר זיין טובה.


איך בעט דיר זייער, ווער נישט מיואש פון וואס עס גייט אריבער אויף דיר, נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיין פראבלעם וועט דיר ווערן ליכטיג אין לעבן. מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל אראפ אין די בריוון דעם זוהר הקדוש (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג און פון ביטער – זיס? "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר?" ווער ווארט יעדן טאג עס זאל ליכטיג ווערן? דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט מאכט ער ליכטיג; ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די ישיבה א גאנץ יאר. די צוויי אינגעלייט, האברך ... נרו יאיר און האברך ... נרו יאיר ווייזן מיר חודש'ליך דיין נדבה פאר די רענט. אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.