מכתב יומי

טו אלול תשפ

September 04 2020

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער שבת איז איינס פאר די לעצטע שבת פון דעם יאר, אז מיר וועלן זיין פרייליך און היטן די לעצטע צוויי שבתים פונעם יאר וועלן מיר ווערן אויסגעלייזט - יעדער איינער פון זיין גלות.


די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:): "אִלְמָלֵי מְשַׁמְּרִים יִשְׂרָאֵל שְׁתֵּי שַׁבָּתוֹת, מִיָּד נִגְאָלִין", אז מען וועט היטן צוויי שבתים וועט מען גלייך ווערן אויסגעלייזט פון גלות; וואס איז דער גלות? דער עיקר גלות איז אז מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען לעבט מיט טבע, מקרה און מזל, מען מיינט אז די וועלט פירט זיך חס ושלום פון זיך אליינס, אבער אז מען נעמט אריין אין זיך די אמונה, מען גלייבט אינעם אייבערשטן, מען ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן - דאס איז די גאולה, מען ווערט אויסגעלייזט, מען ווערט א פרייער מענטש, מען האט מער נישט קיין ווייטאגן, מען האט מער נישט קיין זארג, מען איז פרייליך מיט יעדע זאך וואס פאסירט, מען ווייסט און גלייבט אז אלעס איז לטובה; אפילו די שלעכטס, אפילו זאכן וואס זעען אויס נישט גוט - ווייסט מען אז אלעס איז לטובה.


מאך זיך גרייט און העלף דיין ווייב אנגרייטן דעם שבת; זאג נישט עס פאסט דיר נישט, זאג נישט דו טוסט נישט קיין שטוב ארבעט. די הייליגע תנאים און אמוראים האבן אלעס געטון אין שטוב אריין צו ברענגען דעם שבת, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קיט.): די הייליגע תנאים און אמוראים האבן אליינס געטון די הכנות לכבוד שבת; "רַב סַפְרָא מְחָרֵיךְ רֵישָׁא", רב ספרא האט אפגעברענט דעם קאפ פון א בהמה לכבוד שבת; "רָבָא מָלַח שִׁיבּוּטָא", רבא האט אליינס געזאלצן די פיש; "רַב הוּנָא מַדְלִיק שְׁרָגֵי", רב הונא האט אנגעגרייט די לעכט; "רַב פָּפָּא גָּדִיל פְּתִילְתָּא", רב פפא האט געמאכט די קנויטן; "רַב חִסְדָּא פָּרִים סִילְקָא", רב חסדא האט געשניטן די גרינצייג; "רַבָּה וְרַב יוֹסֵף מְצַלְּחִי צִיבֵּי", רבה און רב יוסף האבן געהאקט האלץ; "רַבִּי זֵירָא מְצַתֵּת צַתּוּתֵי", רבי זירא האט אנגעצינדן די פייער מיט קליינע שטיקלעך האלץ; "רַב נַחְמָן בַּר יִצְחָק מְכַתֵּף וְעָיִיל מְכַתֵּף וְנָפִיק", רב נחמן בר יצחק האט אליינס אריין געברענגט אלע קליידער און כלים, אזוי ווי מען גרייט זיך אן מקבל צו זיין א חשוב'ער גאסט; זעט מען פון דעם אז די גרויסע צדיקים האבן אליינס געארבעט אנצוגרייטן לכבוד שבת, זיי האבן זיך נישט געשעמט וכו', זיי האבן נישט געזאגט אז עס פאסט נישט, נאר אדרבה, זיי האבן עס געטון מיט די גרעסטע מאס שמחה; דארפן מיר זיך זיכער מוסר נפש זיין צו העלפן די ווייב אנגרייטן דעם שבת קודש.


בעט איבער דיין ווייב, גיי אריין אין שבת מיט שלום און ליבשאפט. זוך נישט צו זיין גערעכט, זוך נישט אויסצופירן; זיי קלוג, זיי דו דער וואס בעט איבער - וועט דער אייבערשטער רוען ביי דיר אין שטוב און עס וועט זיין אלע ברכות.


בנוגע אומאן; פארליר זיך נישט, האב אמונה אז דער אייבערשטער וועט אננעמען אונזערע תפילות, ווייל מיר אלע קוקן צום אייבערשטן ער זאל מאכן א גרויסע נס מיר זאלן קענען גיין, מיר זאלן זוכה זיין צו אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.