מכתב יומי
יד אלול תשפ
September 03 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מאך אלעס גרייט; אז דו האסט נאך נישט קיין טיקעט זאלסטו שוין קויפן א טיקעט. דער אייבערשטער גייט מאכן גרויסע וואונדער, די גרעניץ גייט זיך עפענען און מיר וועלן קענען פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.
דער בנין אין אומאן איז גרייט, מען קויפט שוין איין די עסן; מיר ווארטן יעדע רגע צו הערן די גוטע נייעס אז מען לאזט אונז אריין אין אומאן.
עס דריידט זיך ארום נייעס אז די רשעים די ערב רב - זיי שטייען אונטער דעם; עס לייגט זיך אויפ'ן שכל אז זיי טוען דאס, ווייל זיי האבן זייער פיינט ערליכע אידן, בפרט ברסלב'ער חסידים.
קויף שוין א טיקעט ווייל די פרייזן וועלן באלד ארויף שפרינגען.
היינט נאכט וועט זיין דער וועכנטליכער שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג, איך האף דיר צו זען; שוין לאנגע וואכן וואס איך זע דיר נישט, יעצט בין איך צוריק אין שטאט ווארט איך אויף דיר. לאמיר זיך צוזאמען מחזק זיין, לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן, אַשְׁרֵינוּ מַה טוֹב חֶלְקֵינוּ וּמַה נָעִים גּוֹרָלֵנוּ אֲשֶׁר בַּנַּחַל שָׂם גּוֹרָלֵנוּ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
בנוגע די נייעס וואס דריידט זיך ארום אז דער רבי ליגט אין צפת, דו ווילסט וויסן וואס גייט פאר.
יעדן טאג קומט א צווייטער מיט זיין דמיון וואו דער רבי ליגט; היינט איז עס צפת, נעכטן איז עס אין ירושלים ביי קבר דוד המלך, אייער נעכטן איז עס אנטקעגן איבער די ציון אין אומאן; דאס איז אלעס לצים אדער בעלי דמיונות.
איך בין געווען אמאל ביי מוהרא"ש אין שטוב, זאגט מיר מוהרא"ש אז היינט האט אים א בעל דמיון פון ירושלים גערופן און אים אויסגעפרעגט אויב ער איז זיכער אז דער רבי ליגט אין אומאן דארט וואו עס איז מקובל, ווייל אים דאכט זיך אז דער רבי ליגט אנטקעגן איבער דעם ציון, ביי די הכנסת אורחים, ער מיינט אז דער רבי ליגט דארט; מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "קוק ווי א מענטש קען פארקריכן מיט דמיונות".
איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות די גאנצע השתלשלות פונעם ציון, פון שנת ת"ש ווען די רוסן ימח שמם האבן פארמאכט דעם קלויז און א יאר שפעטער איז געפאלן א באמבע אויפ'ן ציון, וואס דער ציון איז חרוב געווארן, אום שנת תש"א; איך וועל דיר נאך שרייבן.
מאך זיך גרייט, קויף א טיקעט; ווייל באלד וועלן די פרייזן ארויפשפרינגען, דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן קומען צום רבי'ן אין אומאן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.