מכתב יומי
יז אלול תשפ
September 06 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נצבים-וילך, י"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן און מיר זענען מקורב צו אים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קעז): "רָאוּי לָכֶם לִשְׂמֹחַ בִּי, מַה שֶּׁזְּכִיתֶם שֶׁיִּהְיֶה לָכֶם רַבִּי כָּזֶה", איר דארפט זיך זייער פרייען אז איך בין ענקער רבי; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר; אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה דארפן מיר זיין זייער פרייליך א גאנץ יאר.
מיר קומען אין אומאן נאר צום רבי'ן, מיר קומען נישט צו קיינעם. מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען איינער פון אנשי שלומינו מיט'ן נאמען משה וועלוול, עס איז ארויס אויף אים א שם רע - א שלעכטע נאמען אז ער טוט עבירות רחמנא לצלן, ווען ער איז געקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן אויף ראש השנה האט דער טשערינער רב געשריגן אויף אים: "משה וועלוול, דו ביסט אונז א בזיון, ווער בעט דיר דו זאלסט קומען דא?" און אנשי שלומינו האבן געהאט טענות אויפ'ן טשערינער רב, 'וואס הייסט דו שרייסט אויף אים ווער בעט דיר צו קומען דא? ער איז נישט געקומען צו דיר, ער איז געקומען צום רבי'ן, קיינער קען נישט אוועק נעמען מענטשן פון רבינ'ס ציון'; ווייל ווען מען קומט ראש השנה צום ציון פון רבי'ן קומט מען נישט צו קיינעם, מען קומט נאר צום רבי'ן.
אויך דערציילט מוהרא"ש פון רבי ישראל קארדונער זכותו יגן עלינו, ער פלעגט ברענגען מענטשן קיין אומאן צום רבי'ן; נאכדעם וואס די מענטשן זענען געקומען צו אים פלעגט ער זאגן 'איך האב דיר געברענגט ביז אומאן, פון דא אין ווייטער וועט זיך דער רבי זארגן פאר דיר'; ווען מען קומט קיין אומאן קומט מען נישט צו קיינעם, נאר צום רבי'ן.
מיר האפן און מיר ווארטן צו הערן די גוטע נייעס אז די גרעניץ עפנט זיך און מיר וועלן קענען פארן קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.