מכתב יומי

טו אלול תשפ"ב

September 11 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיר קומען שוין נענטער און נענטער צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.


מוהרא"ש הויבט אן די בריוו פרשת כי תבוא: "כי תבוא לאומאן", אזוי האט רבי נתן אנגעהויבן די בריוו.


מיר גרייטן זיך שוין צו קומען צום הייליגן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, "וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה?" פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז נאר ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


מוהרא"ש פלעגט אונז אנגרייטן מיר זאלן קומען צום רבי'ן מיט עפעס אין די האנט. מיר זאלן קומען מיט סיומים; סיום משניות, סיום גמרא. יעצט ווען מיר האלטן שוין ממש אפאר טעג פאר די נסיעה, אויב האט מען נישט צו ברענגען סיומים, קען מען ברענגען צום רבי'ן התחלות. מען קען יעצט אנהויבן לערנען חומש רש"י מיט'ן תרגום יעדן טאג; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי. מען קען יעצט אנהויבן משניות סדר זרעים מסכת ברכות; לערנען יעדן טאג כמה וכמה פרקים. אזוי אויך גמרא, און אזוי ווייטער, און דאס ברענגען קיין אומאן צום רבי'ן.


היינט נאכט איז דא נאך א חתונה אין ישיבה, די פערציגסטע חתונה פון אנשי שלומינו וואס עס קאסט נישט גארנישט פאר די מחותנים, די חתונה איז גענצליך בחנם. חתן כלה האבן ביידע געלערנט אין די מוסדות, זיי האבן באקומען א חינוך וואס דאס לעבן איז, עס איז זיי גוט א פשוט'ע חתונה, זיי ווילן די חתונה - נישט די ארום און ארום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.