מכתב יומי

טז אלול תשפ"ב

September 12 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


דאס פרעגן טאג און נאכט: "וואס וועט זיין?" - דאס שטעלט אלעס אפ. דו כאפסט נישט, דו ביסט אזוי צוגעוואוינט צו פרעגן די שאלה: "וואס וועט זיין?" "וואס וועט זיין?" דאס אליינס איז שוין א פגם; עס איז א פגם אין אמונה.


וואס איז די שאלה: "וואס וועט זיין?" דער אייבערשטער וועט זיין, דער אייבערשטער איז געווען, ער איז יעצט און ער וועט זיין ביז אייביג; איז וואס איז די שאלה "וואס וועט זיין?!"


דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט בשם זיין הייליגער ברודער, דער הייליגער רבי זושא זכותו יגן עלינו (נועם אלימלך פרשת בהר), ווען מען פרעגט 'וואס וועט זיין?' 'פון וואו וועלן מיר האבן פרנסה?' 'וואס וועט זיין מיט א שידוך?' 'וואס וועט זיין מיט געלט אויף יום טוב וכו' וכו'?' דאס שטעלט אפ די פרנסה, דאס שטעלט אלעס אפ.


ווייסט וואס וועט זיין? אז דו וועסט גיין אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, דו וועסט אויסלעשן דיין טעלעפאן, דו וועסט דאווענען פון אנהויב ביז'ן סוף, דו וועסט לערנען אביסל חומש, משניות און גמרא און דו וועסט רעדן אביסל צום אייבערשטן - וועסטו זען וואס וועט זיין, עס וועט זיין גוט.


מיר פארן קומענדיגע וואך צום רבי'ן. הער נישט קיין נייעס; האברך ... נרו יאיר פון שטעטל איז יעצט געפארן מיט זיין גאנצע משפחה קיין אומאן, ער זאגט: "ווי לאנג מען הערט נישט די נייעס - ווייסט מען ניטאמאל אז עס איז דא א מלחמה, אלעס גייט אן געהעריג; ווער עס הערט נייעס - דער איז צעטומלט, די נייעס לאזט נישט לעבן".


געב אכטונג וואו דו עסט פלייש. מען האט יעצט געכאפט א געשעפט פארקויפן טריפה פלייש; יעצט רייסן זיך מענטשן די האר פון קאפ אז זיי האבן געגעסן נבילות וטריפות, דם וחֵלב, אזויפיל כריתות רחמנא לצלן; מען דארף זייער אכטונג געבן וואו מען קויפט פלייש און וואו מען עסט פלייש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט היינט אויסצאלן דיין גאנצע באלאנס, באצאלן שכר לימוד.


מיר קענען נישט אנגיין; איך מוז באצאלן די מלמדים, איך קען דאס נאר טון אז דו גייסט היינט צאלן שכר לימוד.


אויך בעט איך דיר א טובה זאלסט באצאלן אויף פאראויס אויף חודש תשרי; איך ווייס דו פלאגסט זיך, דו האסט נישט קיין געלט, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ; שכר לימוד קומט די ערשטע אויפ'ן ליסט, שכר לימוד קומט פאר גראסערי, פאר נייע שיך, פאר נייע בגדים. שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד קומט פאר זויערע חלה און וויין פאר שבת.


פאר צעדרייטע זאכן האסטו געלט, און ווען עס קומט צו צאלן שכר לימוד פאר דיינע קינדער - דארט דרייסטו זיך ארויס? איך קען נאר ווייטער אגיין מיט די מוסדות אז דו צאלסט שכר לימוד.