מכתב יומי

יג אלול תשפ"ב

September 09 2022

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


גרייט זיך אן ערב שבת צו מקבל זיין שבת בשמחה; נאך חצות זאלסטו גארנישט מאכן, נישטא גארנישט - נאר מקבל זיין דעם שבת.


גיי פרי אין מקוה מיט דיינע קינדער, עס איז וויכטיג צו נעמען די קינדער מיט זיך אין מקוה, זיי מחנך זיין ווי אזוי זיך צו פירן אין מקוה; נישט רעדן אין מקוה, און ווי אזוי זיך צו אויסטון און אנטון וכו' וכו'.


לייג זיך אראפ שלאפן מיט דיינע קינדער; עס איז גאר אנדערש די סעודה ליל שבת ווען מען איז אויסגערוט.


אויך זאלסטו אנגרייטן די לעכט; ברען אפ די לעכט און בשעת'ן אנגרייטן זאלסטו בעטן אויף גוטע קינדער. אזוי ווי ביים צינדן איז אן עת רצון צו בעטן פאר גוטע קינדער, אזוי אויך ביים אנגרייטן די לעכט - איז אן עת רצון צו בעטן פאר גוטע קינדער.


ווען דיין ווייב צינדט די לעכט זאלסטו זאגן ביים שבת טיש שיר השירים; אויך דיינע קינדער לערן אויס צו זאגן שיר השירים, הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו.


לערן אויס די קינדער צו קישן די מאמע'ס האנט נאכן ליכט צינדן, און זאגן גוט שבת.


קום אין שול מיט די קינדער, אבער נאר אז דו האלסט זיי נעבן דיר א גאנץ דאווענען. גרייט אן גוטע נאש, און פאר די גאר קליינע ברענג אפאר קליינע שפילצייגן, און לערן זיי אויס ווי אזוי צו זאגן "אמן", "ברכו". די עלטערע קענען שוין זאגן "ושמרו" און זינגען "לכה דודי"; די קינדער וואס קענען שוין דאווענען - זאלן מיט דאווענען.


לאז נישט די קינדער אויף הפקר; זיי מחנך די קינדער - וועסטו האבן שפעטער שיינע דורות.


בלייב נישט שמועסן נאכן דאווענען. מוהרא"ש זאגט, עס שטייען די הייליגע מלאכים, זיי ווארטן צו באגלייטן דעם מענטש פון בית המדרש ביזן שטוב, עס פאסט נישט מען זאל זיי לאזן ווארטן ביז מען ענדיגט שמועסן. גיי אהיים, זינג "שלום עליכם", "רבון העולמים"; די תפילה פון "מודה אני" איז דאך אזא הארציגע תפילה, מען קען זיך אזוי אויסבעטן, מען קען זיך אזוי בענקען צום אייבערשטן. רבי נתן פלעגט זאגן די תפילה מיט הייסע טרערן.


זינג אשת חיל; דער לויב פון אשת חיל דאס איז א לויב פאר די שכינה הקדושה וואס רוט צווישן אידישע קינדער, ובפרט ביים צדיק, ביים הייליגן רבי'ן.


מאך א ברכה אויף הדסים אדער בשמים. איידער דו הויבסט אן קידוש זאלסטו אריינקוקן אינעם בעכער, דאס איז א תיקון פאר די אויגן.


איך וועל דיר נאך שרייבן, יעצט דארף איך גיין פארלערנען דעם בלאט גמרא.


שבת זיי פרייליך און מאך פרייליך די גאנצע שטוב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.