מכתב יומי

טז חשון תשפ"א

November 03 2020

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


פוץ נישט אויס דיינע קינדער, טראכט נישט אז קליינע קינדער מעגן גיין אזוי, עס איז גארנישט; ווייל ווי אזוי דו לערנסט אים ווען ער איז יונג אזוי וועט ער אויסוואקסן. וואס וואלסטו געטון ווען דיין זון מאכט אפ אלץ בחור אז ער טוט אויס זיינע חסידישע קליידער און טוט זיך אן אזוי ווי דו פוצט אים אויס יעצט אלץ קינד? וואלסט עס נישט אויסגעהאלטן, אויב אזוי פארוואס ווען ער איז יונג טוסטו אים אן אזוי?!


ברענג אויף די קינדער ערליך, מיט א געשמאק צו אידישקייט, סיי די אינגלעך און נאך מער די מיידלעך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, ה): "יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט זון, "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן דיינע טעכטער, "שֶׁצְּרִיכוֹת שְׁמִירָה", מיט טעכטער דארף מען האבן א באזונדערע שמירה פונעם אייבערשטן.


מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען טוט אן קינדער. עלטערן מיינען אז די קינדער זענען נאך קליין, זיי כאפן נישט און פארשטייען נישט; די גאנצע מח פון טאטע מאמע גייט אריין אין די קינדער, זיי וואקסן אויף מיט די וועג ווי אזוי די עלטערן טוען זיי אן.


איך מאך נישט קיין תקנות אין חדר, איין תקנה איז דא: "שכל", עלטערן דארפן האבן שכל מחנך צו זיין די קינדער מיט א אידישן טעם. איך פאר מיר קוק אויף קינדער און עס פארעקלט מיר, זעענדיג א ריינע נשמה, א זויבערקייט - אנגעטון אומאיידל, פארקערט וואס דאס קינד איז.


מוהרא"ש האט דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, דער הייליגער חפץ חיים זכותו יגן עלינו האט גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, זאגנדיג דערביי: "זעסט, דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל האבן גוטע קינדער"; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.