מכתב יומי

טו טבת תשע"ח

January 02 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער מיין ליבער תלמיד, לערן דעם דף גמרא יעדן טאג; אז דו וועסט לערנען גמרא וועסטו האבן א גוט לעבן.


עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה ווי אזוי צו לעבן א גוט לעבן, נאר אז מען לערנט תורה; אפילו אז דו ביסט פארמאטערט, דו ארבעטסט זייער שווער און דו האסט נישט קיין קאפ צו פארשטיין די גמרא, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, דאך הייסט דאס געלערנט".


אפילו אלע לאכן פונעם סדר דרך הלימוד, דארפסטו שטענדיג געדענקען אז "לאכן, לאכט דער וואס לאכט ביים סוף"; ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג פונעם לעבן, דעמאלט וועט מען זען דאס שיינקייט פון די וואס האבן אנגענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות.


געדענק אז מיר זענען נישט דא אויף דער וועלט אויף שטענדיג, מיר זענען בלויז דא אזוי ווי א גאסט; פונקט ווי א גאסט, ווען ער קומט צו יענעם איינשטיין, זוכט ער נישט צו קאמאנדעווען וכו', נאר ער זיצט רואיג און איינגעלייגט וכו', דאס זעלבע זאלסטו געדענקען אז דער וועלט איז נישט אונזער. דער אייבערשטער נעמט שוין קער פון אלע פראבלעמען, דו זע נאר וואס דו קענסט צוגעבן פאר די וועלט; העלפן אידן, טון חסד מיט א צווייטן, געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן, דעמאלט וועסטו האבן כל טוב.


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר.


הצלחה רבה.