מכתב יומי

יד טבת תשע"ח

January 01 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען יעצט אין די ימי השובבי"ם, וואס דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז די טעג זענען זייער מסוגל תשובה צו טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת ויחי, ריט:): ווער עס איז פוגם בפגם הברית, רחמנא לצלן, העלפט נישט קיין תשובה; זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט, רַק הוּא לְבַד", אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, נאר ער, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה, אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם" און עס העלפט יא תשובה.


פרעגט ר' נתן (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ד, אות ד): ווי אזוי קען זיין אזא זאך אז דער זוהר הקדוש זאגט אז א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און דער רבי זאגט אז עס העלפט יא תשובה? זאגט ר' נתן זייער א חשוב'ע נקודה, וואס דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן, אז באמת העלפט תשובה אויף יעדע עבירה, נאר וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל ווען א מענטש איז פוגם רייסט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, דערפאר, ווען דער מענטש וויל תשובה טון, דארף ער אריבער גיין דעם נסיון, ער דארף הערן ווי מען זאגט אים: "דו קענסט שוין נישט תשובה טון!" אויב האט ער שכל און ער זאגט: "איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן אויף קיין שום פאל; איך נעם זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, נישט קיין חילוק צי איך וועל יא ווערן א צדיק צי נישט, נישט קיין חילוק צי איך וועל מיר דארפן מיין גאנץ לעבן מוטשען", און ער פאלגט דעם רבי'ן; ער נעמט א משניות און הייבט אן זאגן פרקים משניות, ער נעמט א גמרא און ער הייבט אן זאגן דפים גמרא, ער איז זיך מתבודד, און ער גייט ארום פרייליך. סיי ער אליין איז פרייליך און ער מאכט פרייליך זיין ווייב, אזא איינער וועט זוכה זיין צו תשובה טון. אבער איינער וואס האט נישט קיין שכל, נעמט דאס אן בפשטות, און זאגט: "איך קען שוין נישט תשובה טון, איך בין דערנאך".


דערפאר בעט איך דיר טייערער ברודער, לאמיר מאכן א נייע התחלה, לאמיר זיך באנייען; דער רבי האט פאר אונז עצות ווי אזוי מיר קענען ארויס קריכן פון אונזער בלאטע. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): ווען משה רבינו איז געקומען צו פרעה בעטן ער זאל ארויס שיקן די אידן פון מצרים ווייל דער אייבערשטער וויל זיי געבן די תורה ביים בארג סיני, האבן אים די כישוף מאכער'ס געפרעגט: "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרִים?" דו ווילסט נעמען אידן וואס זענען עֲפָרִים אזוי ווי ערד - אויף זייער א נידעריגע מדריגה, און אין זיי ווילסטו אריין ברענגען 'תֶּבֶן' - געטליכקייט?! האט זיי משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי: לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", ער האט זיי געזאגט: "יא, מען קען נעמען א מענטש, אפילו ער איז טיף אין דער ערד; ער ליגט אין בלאטע, ער איז נעבעך אריין געפאלן אין גראבע עבירות, ער איז באמת א שטיק 'עָפָר', און אים צו ברענגען צו די גרעסטע מדריגות", אויב וועט דער מענטש אנהייבן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי" - זאגן און זאגן בלעטער גמרא, זאגן פרקים משניות, וועט ער זוכה זיין תשובה צו טון, עיין שם.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך מאכן א שיעור אין גמרא, דאס וועט דיר ברענגען נאנט צום אייבערשטן; געדענק וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם: "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


עס איז באוואוסט אז דער רבי האט געזאגט: "איך האב גענומען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע"; ביי חסידים איז דער עיקר 'תפילה' און ביי די ליטווישע איז דער עיקר 'תורה', און דער רבי האט גענומען ביידע. ווייל ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר תורה ותפילה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם?" וואס האט א מענטש צו טון אויף דער וועלט? "אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל, וְלִלְמֹד, וּלְהִתְפַּלֵּל", נאר דאווענען און לערנען און דאווענען.


וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז נישט דא עפעס בעסערס ווי דעם 'דרך הלימוד'; א מענטש וואס זוכט חיות, איינער וואס זוכט צו האבן א טעם אין לעבן, א געשמאק אינעם טאג טעגליכע לעבן, זאל פאלגן דעם רבי'ן און לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו).


היינט זענען מיר מסיים ירושלמי מסכת בבא מציעא, מארגן הייבן מיר אן ירושלמי מסכת בבא בתרא; וואויל איז פאר דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און לעבט מיט א תכלית, ער טראכט שטענדיג אז איין טאג וועלן מיר אלעס איבער לאזן און מיר וועלן בלייבן אליינס אין בית החיים. אלע חברים וועלן אהיים גיין נאך די לוי', די משפחה וועט נאך יא צוריק קומען אפאר מאל וכו', אבער מען בלייבט אליין אין פעלד, מען נעמט גארנישט מיט, נאר די דפים גמרא, די פרקים משניות, די קאפיטלעך תהילים און מעשים טובים וואס מען האט אריינגעכאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.