מכתב יומי

טז טבת תשע"ח

January 03 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נרו יאיר


עס איז זייער וויכטיג צו אנרופן די עלטערן יעדן טאג; אסאך מאל קען אריבערגיין א גאנצע וואך וואס מען רעדט נישט מיט די עלטערן, דאס קומט בלויז ווייל מען ווייסט נישט דאס גרויסקייט פון די מצוה.


מוהרא"ש פלעגט יעדן טאג אנרופן זיין טאטע גלייך נאכן דאווענען, דאס איז געווען ביי מוהרא"ש די ערשטע זאך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות, בפרט אין רבינ'ס חדר; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


ווען מענטשן זאלן ווען וויסן וואסערע חשוב'ע און געוואלדיגע מצוה כיבוד אב ואם איז, וואלט מען מער נזהר געווען אין דעם; עס נעמט נישט לאנג דאס צו מקיים זיין, מען רופט אן די עלטערן און מען רעדט מיט זיי אינגאנצן אפאר מינוט, מען פרעגט זיך נאך ווי אזוי זיי שפירן זיך וכו', און מען האט זיך איינגעקויפט די גרעסטע מצוה.


דערפאר בעט איך דיר זייער שטארק אז דו זאלסט זיך מאכן א קביעות יעדן טאג צו רופן דיינע עלטערן, אפילו עס זעט אויס אז זיי דארפן דאס נישט, דאך זאלסטו דאס טון.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט כמה פעמים אז איך זאל רעדן צו די בחורים יעדן טאג פון "כיבוד אב ואם"; איך זאל זאגן פאר די בחורים אז ווי אזוי זיי וועלן זיך אויפפירן צו זייערע עלטערן, אזוי וועלן זייערע קינדער זיך פירן מיט זיי - מיט פראצענט.


אז מיר זענען ביים הייליגן רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן, אזוי ווי ר' נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' נחמן טולטשינער: "פארוואס קומסטו צו א רבי, אז דו פאלגסט אים נישט?!" די מעשה האט זיך אפגעשפילט ווען ר' נתן איז אמאל געגאנגען צום רבינ'ס ציון אין באגלייטונג פון ר' נחמן טולטשינער, אויפן וועג צום ציון האט זיך צעריסן די רעקל פון ר' נחמן טולטשינער, האט אים ר' נתן געזאגט: "גיי פארעכט דיר דיין רעקל, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכז): מען דארף אכטונג געבן אויף די בגדים, אז זיי זאלן נישט זיין צעריסן", אבער ר' נחמן טולטשינער האט זייער שטארק געוואלט זען ווי ר' נתן גייט צום ציון, איז ער ווייטער מיטגעגאנגען מיט ר' נתן, דעמאלט האט אים ר' נתן געזאגט די ווערטער: "פארוואס קומסטו צו א רבי, אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?!"


דאס זעלבע זאג איך דיר: "פארוואס קומסטו צום רבי'ן, אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?!" רוף אן דיינע עלטערן און שמועס מיט זיי, אזוי אויך זאלסטו זען אריבער צו גיין צו זיי מפעם לפעם, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.