מכתב יומי

טו טבת תשע"ט

December 23 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר גייען היינט אריין אין די ימי השובבי"ם, וואס דער אר"י הקדוש זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז אין די טעג קען מען פאררעכטן אלעס וואס מען האט פוגם געווען, בפרט אין די עבירה פון פגם הברית; וואס ווער עס זינדיגט אין די עבירה רייסט זיך אפ פונעם אייבערשטן, דאך קען מען אין די טעג אלעס פאררעכטן.


די שאלה איז נאר: "וואס טוט מען?" "ווי הייבט מען אן פאררעכטן?" מיר זענען זאך אזוי טיף פארזינקען אין די עבירה. דער אר"י הקדוש זאגט אז ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית רחמנא לצלן דארף ער פאסטן פ"ד תעניתים (פיר און אכציג טעג) פאר יעדע מאל באזונדער. קומט אויס אז א מענטש וואלט געדארפט לעבן טויזנט יאר ער זאל האבן גענוג טעג צו קענען פאררעכטן אלע פגמים, איז למעשה ווי הייבט מען אן?!


קומט דער הייליגער רבי און זאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "ווער עס ווייסט פון מיר וואס דארף ער פאסטן, און ווער עס ווייסט נישט פון מיר וואס העלפט אים פאסטן?" אז מען ווייסט פון די עצות פון הייליגן רבי'ן דארף מען נישט טון קיין שווערע עבודות תשובה צו טון און אז מען ווייסט נישט פון די עצות פון רבי'ן, וואס האט מען אז מען פאסט און מען טוט שווערע עבודות.


אזוי אויך האט דער רבי געזאגט: "ווען ער וואלט ווען געוויסט אין די יונגע יארן צו וואס מען קען צוקומען אז מען רעדט צום אייבערשטן, וואלט ער זיך נישט אזוי געמוטשעט מיט שווערע עבודות, נאר ער וואלט שטענדיג עוסק געווען אין התבודדות".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים, דעריבער אז מיר זענען יעצט אריין אין די שובבי"ם טעג זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים.


דער רבי האט אמאל געזאגט אז מען דארף אפדאנקען דעם צדיק רבי רפאל פון בערשיד זכותו יגן עלינו - א תלמיד פון הרב הקדוש רבי פנחס מקאריץ זי"ע, אויף דעם וואס ער האט אריין געברענגט אין די וועלט אז מען קען זאגן תהילים אפילו קאלט אן קיין התעוררות. ער פלעגט זאגן פאר זיינע מענטשן: "זָאגְט אֲפִילוּ אַ קַאלְטְן קַאפִּיטְל תְּהִילִים, נָאר דֶער עִיקָר אִיר זָאלְט זָאגְן תְּהִלִּים"; דער רבי האט דאס זייער אויסגעלויבט, ווייל ער האט אריין געברענגט אין דער וועלט צו זאגן תהילים.


היינט הייבן מיר אן 'ספר שמות'; זאלסט פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז שטענדיג מעורר געווען אז מיר זאלן אנהייבן מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך. שטופ עס נישט אפ אויף פרייטאג אדער אויף שבת, נאר יעדן טאג זאלסטו לערנען אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, וועסטו זוכה זיין צו האבן א געבענטשטע וואך מיט אלע ברכות. ווייל א וואך וואס מען איז מעביר סדרה האט מען א געבענטשטע וואך און א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן א הפסד מיט געלט אדער נאך ערגערס חס ושלום; אויב מען שטופט עס אפ ביז פרייטאג קען אריבער גיין די וואך אן מעביר סדרה זיין און דאס וועט קאסטן א פרייז השם ישמרינו. דעריבער זאלסטו שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין פון אנהייב וואך - יעדן טאג לערנען אביסל חומש, תרגום און רש"י, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס.


טראכט אריין וועסטו זען ווי די טעג פליען אריבער אזוי ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה" (דברי הימים-א כט, טו), זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


מען האט קוים אנגעהויבן דעם יאר, מען האט קוים אנגעפאנגען חמשה חומשי תורה, און די וואך הייבן מיר שוין אן ספר שמות; מאך זיך א חשבון צי דו האסט מעביר סדרה געווען ביז אהער אלע סדרות, מאך זיך א חשבון צי דו האסט געלערנט יעדע איינציגסטע וואך חומש מיט רש"י.


נעכטן נאכט האבן מיר געהאט א סיום אויף מסכת דמאי פון תלמוד ירושלמי; מיר לערנען יעדן טאג אינדערפרי צוזאמען בחורים, אברכים און קינדער א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי. זענען מיר נעכטן געזעצן צוזאמען אויף א סעודת מלוה מלכה צוזאמען מיט א סיום; מיר האבן געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף די נס וואס ער האט מיט אונז געטון אז מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן אין 'היכל הקודש' וואו דער רבי דערמאנט אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט דאס געהאלטן אין איין חזר'ן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף זיין דער קאמפוס פונעם מענטש, פונקט ווי א מענטש פארט אויף א שיף דארף ער האלטן מיט זיך א גאנצע צייט א קאמפוס כדי ער זאל וויסן צי ער פארט ריכטיג, ווייל אינמיטן וואסער זעט מען נישט דעם סוף, עס קען זיין אז מען זאל פארן ארום און ארום וכו'. אזוי דארף א מענטש כסדר קוקן אויף זיך צי ער פאלגט דעם רבי'ן אדער ער איז פארנומען מיט יעדן איינעם חוץ מיט זיך.


מארגן קומט פאר נאך א חתונה אין ישיבה; מען זעט צוביסלעך ווי יעדע דיבור פון מוהרא"ש ווערט מקוים.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.