מכתב יומי

יב טבת תשע"ט

December 20 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס דערמאנט אונז שטענדיג פונעם תכלית הנצחית, אז מיר זאלן אריין כאפן אביסל גוטס יעדן טאג, ווייל נאר דאס וועט איבער בלייבן פון אונז.


אין די צייטן פון רבי נתן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסע רבי וואס האט געוואוינט אין שטאט טעפליק; זיינע חסידים פלעגן אריין גיין צו אים - יעדער מיט זיין צרה, דער האט דערציילט אז ער האט צו טון מיט'ן פריץ, אן אנדערער האט דערציילט אז זיין חבר איז אים מקפח די פרנסה, א דריטער האט דערציילט אז א גוי האט זיך אנגעטשעפעט אין אים און רודפ'ט אים וכו' וכו', און זיין שטייגער איז געווען אז ער פלעגט שעלטן אלע מענטשן וואס האבן געטשעפעט זיינע חסידים. ווען מען האט דאס אמאל דערציילט פאר רבי נתן האט ער געזאגט: "גיוואלד! א גאנצע נאכט נאר שעלטן? זאל ער בעסער רעדן מיט זיינע מענטשן פון תכלית וועלן זיי פארגעסן אלע צרות.


ממילא איז אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן און זיינע תלמידים וואס דערמאנען אונז נאכמאל און נאכמאל פונעם אייבערשטן. אזוי ווי דער בעל תפילה האט געזאגט (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט נאר צו דינען דעם אייבערשטן".


גיי אין שול יעדן טאג מיט דיין טלית ותפילין און זיי זיך מחי' מיט מצות תפילין; ביי אונז טאנצט מען יעדן טאג נאכן דאווענען מיט מוזיק, ווייל דאס איז אונזער גאנצע חיות - אז מיר זענען זוכה נאך א טאג אנצוטון טלית ותפילין.


קוק זיך אים אויף דיינע קינדער; זינג מיט זיי קריאת שמע ביינאכט און זאג מיט זיי ברכות - דאס איז עבודת השם! דער הייליגער רבי נתן פלעגט זאגן: "ביי מיר איז חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער אזוי ווי תיקון חצות"; רבי נתן זכרונו לברכה האט געוואלט גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, אבער אזוי ווי ער האט געהאט א שטוב מיט קינדער, פלעגט ער ווארטן זיי זאלן אהיים קומען פון חדר, וואס דעמאלט פלעגט ער זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע און אנגרייטן נעגל וואסער, און דאס האט אים געשטערט פון גיין שלאפן פרי, האט ער געזאגט אז דאס איז ביי אים פונקט אזוי חשוב ווי די עבודה פון זאגן חצות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.