מכתב יומי

טז טבת תשע"ט

December 24 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו "אשר בנחל" שם גורלינו! וואו וואלטן מיר געווען און ווי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן וואס לערנט אונז אז מיר זאלן נישט אויפגעבן אפילו ווען מען זעט נישט קיין שום וועג ארויס.


נאכדעם וואס דו האסט שוין אלעס פראבירט איז יעצט געקומען די צייט דו זאלסט פראבירן די עצה פון הייליגן רבי'ן - די עצה פון "התבודדות"; גיי אין א ווינקל וואו קיינער שטערט דיר נישט און רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, דו וועסט זען וואס דאס וועט טון מיט דיר. נאכן שמועסן מיטן אייבערשטן וועסטו שפירן ווי דו ביסט ארויס פון תפיסה, דו וועסט שפירן ווי דו טראגסט אפאר הונדערט פונט ווייניגער, איינמאל מען געוואוינט זיך איין צו רעדן מיטן באשעפער, דארף מען שוין קיינעם נישט.


ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך א חודש נאך א חודש - און דו האלסט נאך אין ערגעץ נישט; נישט נאר דו גייסט נישט העכער נאר דו האלסט אין איין פאלן טיפער און טיפער. ווער נישט צעבראכן פון דעם נאר גיי ווייטער אין שול און טו אן תפילין, נעם ווייטער א משניות און א גמרא און זאג די אותיות פון די תורה. געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפט): "דער ס"מ דארף נישט די עבירה פונעם מענטש, ער דארף די עצבות און מרירות וואס קומט ארויס פון די עבירה".


רוף דיינע עלטערן יעדן טאג; עס איז נישט דא נאך אזא מצוה ווי די מצוה פון כיבוד אב ואם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): דער אייבערשטער זאגט: "די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, און איך בעט פון ענק אז איר זאלט מכבד זיין אייערע עלטערן"; זאג נישט: "זיי זענען אלט", "זיי זענען נישט מיין גאטונג" וכדומה, ווייל נאך אביסל וועלן דיינע קינדער זינגען דעם ניגון אויף דיר חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.