מכתב יומי

טו טבת תשפ

January 12 2020

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט איז די ערשטע טאג פון די ימי השובבי"ם; אז דו ווילסט פאררעכטן דיינע שלעכטע מעשים זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען גמרא. דער הייליגער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (תחלת ספר עלים לתרופה): "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען די הייליגע תורה, דאס ברענגט א מענטש צו די גרעסטע מדריגות.


היינט הייבן מיר אן 'ספר שמות'; מוהרא"ש האט אונז כסדר מעורר געווען מיר זאלן אנהייבן מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך, נישט אפשטופן אויף פרייטאג אדער שבת, נאר יעדן טאג לערנען אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א געבענטשטע וואך מיט אלע ברכות. בעט איך דיר טייערער ..., הייב היינט אן לערנען חומש מיט'ן תרגום וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס.


א וואך וואס מען איז מעביר סדרה האט מען א געבענטשטע וואך און א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן א הפסד מיט געלט אדער נאך ערגערס חס ושלום; אויב מען שטופט עס אפ ביז פרייטאג קען אריבער גיין די וואך אן מעביר סדרה זיין און דאס וועט קאסטן א פרייז השם ישמרינו. הייב שוין אן מעביר סדרה זיין פון היינט, יעדן טאג לערן אביסל חומש, תרגום און רש"י, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס.


דאס לעבן פליעט אריבער אזוי ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה (דברי הימים-א כט, טו)", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.