מכתב יומי

יג טבת תשפ

January 10 2020

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זע צו העלפן דיין ווייב אריין ברענגען דעם שבת; חסד הייבט זיך אן אין שטוב, זיי נישט פארנומען מיט קיין שום אנדערע זאכן, העלף דיין ווייב זי זאל נישט צוזאמברעכן, זי זאל האבן כח אנצוגיין אין שטוב.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג) אז מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייב, מען דארף רעדן שיין צו איר און איר האלטן טייער; בפרט ערב שבת דארף מען מער זיין פארזיכטיג נישט צו מאכן קיין פרעשור אין שטוב, דער הייליגער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ) אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און ער ווארט נאר אז עס זאל אויסברעכן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב, ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, ער ווערט ארויס געטריבן פון אזא סארט שטוב.


גרייט זיך אן שיינע זאכן וואס צו שמועסן ביי די שבת'דיגע סעודות; א שאד די גאנצע סעודה זאל אריבערגיין מיט פאליטיק און לשון הרע. דיין ווייב ווארט צו הערן זמירות און שיינע מעשיות פון צדיקים, א גאנצע וואך איז מען פארנומען מיט וואס מען איז פארנומען אבער שבת איז א טאג פאר'ן אייבערשטן, דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת ויקהל, רה:) "הַאי יוֹמָא, יוֹמָא דְנִשְׁמָתִין הוּא וְלֹא יוֹמָא דְגוּפָא", שבת איז א טאג נאר פון די נשמה, א טאג וואס מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, די שבת'דיגע סעודות איז א צייט פון אמונה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (זוהר שמות, פח:): "בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל דְּאִינוּן בְּנֵי מַלְכָּא דְאִינוּן מֵהֵיכְלָא דְמַלְכָּא דְּאִינוּן בְּנֵי מְהֵימְנוּתָא", ווער עס עסט די שבת'דיגע סעודות איז א סימן אז ער האט אמונה, עס זעט זיך אן אז ער איז דעם אייבערשטנ'ס קינד, "וּמָאן דְּפָגִים חַד סְעוּדָתָא מִנַיְיהוּ אַחֲזֵי פְגִימוּתָא לְעֵילָא וְאַחֲזֵי גַרְמֵיהּ דְּלָאו מִבְּנֵי מַלְכָּא עִלָּאָה הוּא דְּלָאו מִבְּנֵי הֵיכָלָא דְמַלְכָּא הוּא דְּלָאו מִזַּרְעָא קַדִּישָׁא דְיִשְׂרָאֵל הוּא", און חס ושלום אויב מען פארפעלט א סעודה איז א סימן אז מען האט נישט קיין אמונה, מען איז נישט דעם אייבערשטנ'ס קינד.


זיי מתפלל פאר מיר, איך בין זייער אפגעשוואכט, איך שפיר זיך נישט אזוי גוט, איך דארף דיינע תפילות.