מכתב יומי
טו כסלו תשע"ח
December 03 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישב, ט"ו כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטשיג ליב האבן אן ערליכער איד, לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד, און נישט קריגן אויף אים", נאך האט אים ר' נתן געזאגט: "ווער עס איז אן ערליכער איד ווייס איך נישט, אויב דו ביסט אן ערליכער איד בין איך דיר מקנא"; ווען א מענטש וויל זיין אן ערליכער איד, ער קוקט ארויף ערליכע אידן, דאס אליינס וועט אים צוברענגען אז ער זאל אויך זיין אן ערליכער איד.
דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה, ווען א מענטש זעט אז ער האט נאך נישט מצליח געווען צו זיין ערליך און הייליג, אז ער זאל פארגינען א צווייטן איד ער זאל זיין ערליך און הייליג"; ווען א מענטש האט א געפיל צו ערליכע אידן, ער האט ליב א תלמיד חכם, דאס אליין וועט אים מאכן אז ער זאל זיין א תלמיד חכם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכות כד.) אויפן פסוק (תהלים טו, ד): "וְאֶת יִרְאֵי ה' יְכַבֵּד" – "זֶה יְהוֹשָׁפָט מֶלֶך יְהוּדָה", ווען ער פלעגט זען א תלמיד חכם איז ער אויפגעשטאנען פון זיין קעניגליכער שטיל, "מְחַבְּקוֹ וּמְנַשְׁקוֹ", און אים ארומהאלזן און קישן; זעט מען פון דעם, אז אויב מען האט ליב אן ערליכער איד, איז מען שוין אליינס א צדיק.
עס איז נישט דא וועם צו מקנא זיין; מקנא זיין א צווייטן איז א נארישקייט, דו וועסט קיינמאל נישט חלומ'ן וואס גייט אריבער אויף א צווייטן, ווייל יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן וואס ער גייט דורך. נאר איינעם דארף מען מקנא זיין - אן ערליכער איד. ווען מען זעט א מענטש ווי ער שטארקט זיך און דערהאלט זיך, אפילו מיט זיינע שוועריקייטן גייט ער דריי מאל א טאג אין שול דאווענען, ער גייט ארום מיט א שמייכל - אזא איינעם דארף מען מקנא זיין. אזוי ווי ר' נתן האט געזאגט: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטשיג ליב האבן אן ערליכער איד, לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.