מכתב יומי
יג כסלו תשע"ח
December 01 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וויסן זאלסטו אז קינדער פארשטייען אלעס און זעהן אלעס, אפילו זיי זענען נאך יונג. אויב מען וויל נחת פון די קינדער דארף מען זיך אויפפירן מיט יראת שמים; א קינד וואס זעט זיין טאטע זיך פירן מיט יראת שמים, ער זעט זיין טאטע אנגרייטן נעגל וואסער פארן גיין שלאפן, זיין טאטע ליינט קריאת שמע פארן שלאפן, ער רעדט איידל, ער שרייט נישט און שעלט נישט, וועלן די קינדער אויך זיין ערליכע אידן. זיי וועלן נאכמאכן זייער טאטע, זיי וועלן אויך ליינען קריאת שמע און אנגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין, זיי וועלן אויך רעדן איידל און שיין.
רש"י ברענגט אין די וואכעדיגע סדרה (בראשית לד, א) דעם פסוק (יחזקאל טז, מד): "כְּאִמָּה בִּתָּהּ", ווי אזוי א מאמע פירט זיך, אזוי פירן זיך די קינדער, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה פ, א) אז דאס גייט ארויף לאה; ביי לאה שטייט (בראשית ל, טז): "וַתֵּצֵא לֵאָה", דאס זעלבע שטייט ביי דינה (שם לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", ווייל ווי אזוי עלטערן פירן זיך, וועלן זיך די קינדער פירן.
מענטשן פרעגן פון ווען חינוך הייבט זיך אן, ווי אלט די קינדער דארפן זיין אז מען זאל זיי שוין דארפן מחנך זיין; מוהרא"ש זאגט אז חינוך הייבט זיך אן נאך פאר די קינדער ווערן געבוירן, חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליין. אז דער טאטע איז פארנומען מיט זיין "סאושעל מידיע" טאג און נאכט, וואס וועט שוין זיין מיט די קינדער? אז דער טאטע קומט אהיים און ער שרייט און פראסקעט וכו', וואס ערווארט מען נאך פון די קינדער? איך רעד זייער אסאך צו בחורים זיי זאלן דאווענען און לערנען, זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים, אבער די בחורים קוקן מיר אן ווי איך בין אראפ געפאלן פון די לבנה, זיי זאגן מיר: "מיין טאטע דאווענט נישט, פארוואס זאל איך דאווענען?" "מיין טאטע קוקט מאוויס, פארוואס זאל איך נישט קוקן מאוויס?" עס איז ביטער שווער צו ארבעטן מיט קינדער וואס די עלטערן האבן זיך אליינס נישט מחנך געווען.
אין קעמפ לייג איך שלאפן די בחורים, האב איך געזען בחורים וואס שלאפן אן נאכט קליידער, נאר מיט אונטער וועש וכו'; ביי מיר איז דאס אן עקל און א גרויל, האב איך זיי געפרעגט: "וואס גייט פאר מיט ענק, וואו איז ענקער צניעות, וואו איז דאס נארמאלקייט? אפילו זאלסט שלאפן איינער אליין אין א גאנצע הויז, גייט מען אויך נישט ארום אן קיין קליידער", זאגן זיי מיר: "אונזערע עלטערן שלאפן אויך אן קליידער"; איך האב זייער אסאך געדארפט רעדן צו זיי אז עס איז נישט איידל און נישט מענטשליך אזוי ארום צו גיין, און מען דארף זיין אנגעטון אפילו מען איז אין די אייגענע שטוב, ביז איך האב עס געקענט אריין לייגן אין זיי, און דער אייבערשטער האט געהאלפן זיי האבן חתונה געהאט און פירן זיך מיט יראת שמים. דערפאר בעט איך דיר זאלסט אכטונג געבן ווי אזוי דו פירסט זיך, אזוי וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער.
אסאך מאל זענען דא זאכן וואס זעט אויס פאר עלטערן ווי קלייניקייטן; עס קען זיין אז עס איז טאקע קליינקייטן, אבער ווען עס קומט אויפצושטעלן א שטוב, ווען עס קומט אז קינדער זאלן אויפוואקסן מיט יראת שמים, איז עס שוין גארנישט קיין קליינקייטן. לאמיר נעמען א ביישפיל זינגען זמירות שבת, עס זעט אויס ווי א קלייניקייט, אבער ווען עס קומט אויפצושטעלן א אידישע שטוב, איז עס איינע פון די וויכטיגסטע זאכן, קינדער ווארטן און קוקן ארויס אויף שבת, קינדער געדענקען אויף שטענדיג דער שבת טיש פון די עלטערן, דאס איז א זאך וואס וועט מיט גיין מיט זיי שפעטער ווען זיי וואקסן אויף, דאס וועט זיי בלייבן אין זכרון.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב): "דער עיקר פון אידישקייט איז תמימות ופשיטות; דער רבי כאפט אן למשל, זינגען זמירות שבת ביי די דריי סעודות און ביי מלוה מלכה, דאס איז עיקר פון אידישקייט"; דאס איז א זאך וואס גייט אריין אין די קינדער זייער שטארק, אפילו זיי זענען נאך זייער יונג. דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך אויפפירן שיין און איידל. זע צו זינגען זמירות ביי די סעודות, אפילו דו ביסט מיד און אויסגעמאטערט, דו ווילסט גיין שלאפן, דאך זאלסטו זינגען זמירות ביי די סעודות.
קיינער הייסט דיר נישט מאכן לאנגע סעודות. אז דו ביסט מיד, מאך א קורצע סעודה, אבער מיט זמירות, מיט יראת שמים. פארצייל אפאר שיינע מעשיות פאר דיין ווייב און קינדער, פארצייל זיי מעשיות פון תפילה, פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, וועסטו זען ווי זיי וועלן דיר אויסהערן.
טייערער ..., דאס לעבן גייט זייער שנעל; מען איז ממש יעצט געווען א אינגל, א בחור, ממש יעצט געבוירן א קינד, און מען האט שוין גרויסע קינדער. מען האט אמאל געזען ווי ר' נתן רעדט דיבורי התחזקות מיט א קינד, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער פארברענגט מיט א קינד, האט ר' נתן געזאגט מיט א ניגון: "אט איז מען א אינגל, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן, אט איז מען אן אלטער איד און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט - צום בית החיים", אזוי ווי איינער זאגט, וואס איז א נפקא מינה א קינד צי אן אלטער איד - אלעס איז איינס, דאס זעלבע זאג איך דיר: "דו מיינסט אז דו האסט קליינע קינדער, דארפסטו נישט אכטונג געבן ווי אזוי דו פירסט זיך אויף, דו טראכסט 'ווען זיי וועלן זיין עלטער וועל איך אכטונג געבן', זאלסטו וויסן אז אט איז מען א אינגערמאן, און אט האט מען שוין א שטוב מיט קינדער".
א פרייליכן שבת.