מכתב יומי

טז כסלו תשע"ח

December 04 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער מיין ליבער חבר, געב זיך אכטונג פונעם יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז דו ביסט שוין פארפאלן, אז דו ביסט שוין דערנאך; שלמה המלך רופט אן דעם יצר הרע (קהלת ד, יג): "מֶּלֶךְ זָקֵן וּכְסִיל" - אן אלטער נארישער קעניג.


מוהרא"ש זאגט, וואס איז דער פשט פון דעם טיטל: "מֶּלֶךְ זָקֵן וּכְסִיל?" ווייל זיין גאנצע ארבעט איז אריין צו ווארפן דעם מענטש אין א זקנה, ער זאל טראכטן: 'איך בין שוין אלט, פון מיר וועט שוין גארנישט זיין', אבער ווען א מענטש באנייט זיך כסדר, ער האלט זיך אין איין אויפפרישן, דורכדעם רייסט ער אויס דעם יצר הרע וואס וויל אים נאר אלט מאכן.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות, מיט די עצות קענען מיר זיך דערהאלטן אין אלע שווערע מצבים וואס מען גייט אריבער. ווי מער א מענטש פרייט זיך, ער גייט ארום פרייליך, פארברענט ער אלע קליפות. דער יצר הרע וויל נאר אז א מענטש זאל ווערן מרה שחורה, דער מענטש זאל אריין פאלן אין א טיפע דעפרעסיע, דאס איז זיין גאנצע ציל וואס ער וויל עררייכן ווען ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות, אריין ווארפן דעם מענטש אין א קטנות הדעת, אין עצבות ומרה שחורה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "עַצְבוּת הִיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז ער אין די הענט פין די נישט גוטע, דער אייבערשטער האט פיינט ווען מען איז דעפרעסט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, א מענטש קען זיך מעסטן צי ער איז ביי די קדושה צי חס ושלום ער איז אריין געפאלן אין די טומאה; אויב מען איז פרייליך איז א סימן אז מען איז אין די קדושה, אבער אויב מען איז דעפרעסט איז א סימן אז מען אין די הענט פון די סטרא אחרא.


דערפאר בעט איך דיר זייער, גיי ארום מיט שמחה, זיי פרייליך אז דו ביסט א איד, אפילו דו קוקסט אויס נעבעך אנגעפילט מיט נישט גוטע מעשים, דאך זאלסטו טאנצן פאר שמחה: "שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי", איך בין א איד! ווייל ווען מען איז פרייליך פארברענט מען אלע קליפות, און מען גייט ארויס פון די הענט פונעם יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.